מכתב ראשון ממגניטוגורסק
השל כותב לז’ניה על החיים נטולי-הסנטימנטים במגניטוגורסק, שמח שז’ניה ואסתר יכולות לעזור להורים בווילנה, דואג לזאב בכלא הפולני, ומצטער שהוא איננו יכול לעזור להורים או לבקר אותם.
הגעגוע להורים הביא אותו לנסוע מערבה, לווילנה, בקיץ 1941, שם הוא נהרג.
תרגום - נאוה ליטבק, בעריכתי
16.3.33 מגניטוגורסק אחותי וגיסי היקרים, אני עונה לכם מייד על מכתבכם, זה למען האמת יפה מאד מצידי. כפי שהנכם רואים אני לא לומד מכם כל דבר, אך אני רוצה למסור לכם שאם אתם רוצים לקבל ממני מכתבים באופן סדיר (ז’ניה הרי נעשית סנטימנטלית והיא קוראת את מכתבי) אז דעו לכם שאני אכתוב לכם רק כאשר אקבל מכם מכתב, כלומר תמיד אמלא את חובתי ואענה לכם באופן סדיר, אך אתם לא צריכים לשכוח, יקרים שלי שאצלי לזמן יש משמעות גדולה יותר, או אם לומר את זה בפשטות זה מצרך יותר יקר אצלי, אך יש לי העקרונות שלי ולא הייתי צריך את עניין המכתבים אבל בזמן האחרון זורקים גם לי שאני הזנחתי קצת את העניין הזה. נו, די כבר עם זה. ז’ניה יקרה שלי ואסתר יקרה שלי! אני נמצא במרחק אלפי קילומטרים מכן והרחק מהבית שלנו שמחבר בין כולנו. אל תחשבו שאם אני נמצא בברית המועצות אז שכחתי מהכל. הזמן יכול לגרום לכך שאכתוב מכאן מכתבים לעיתים רחוקות, יתכן אפילו שאפסיק לגמרי לכתוב – איני יודע מה הזמן יכול לגרום לי, אך דבר אחד אני יכול להבטיח לכן, שלעולם לא אשכח את ביתנו. כיצד אני יכול לשכוח את ביתנו? תכננתי כבר אלפי פעמים איך אפשר לעזור ולשלוח כמה רובלים. מה שאני משתכר מספיק לי ואני הייתי יכול גם לעזור במשהו, אך מה יכול אני האיש הקטן לעזור בעניין שבו קובעת הפוליטיקה? לשלוח כסף זר כפי שאתם יודעים אין אפשרות ולצ’רוונדס??? שלנו שלנו יש שם ערך נמוך מאד. את שואלת אותי ז’ניה, מה אני חושב על וולוולה? למען האמת מה כבר אני יכול לחשוב. קודם כל שיצא. ווולוולה כבר אינו ילד קטן. יש לו מבט מפוכח למדי על החיים. הוא עקשן גדול והוא יודע טוב מאד מה הוא רוצה. בעניינים אלו הוא בדרך כלל יותר עקבי ממני. את צודקת מאד בזה שהבנת כי פלסטינה איננה המקום הנכון בשבילו. גם הוא עצמו ודאי יודע זאת. עניין ברית המועצות הוא עניין פוליטי. ללא היתר לא יתנו לו להיכנס והוא עצמו לא ירצה זאת – לא למען זה הוא העביר בכלא את מיטב שנותיו. אם הוא כן יקבל היתר כזה הוא יהיה המאושר באדם. אך, שרק אזכה לפגוש אותו כאן. אבל הרי היתרים נותנים רק לעיתים רחוקות. הרי זקוקים אצלם שם לבחורים כאלה. על כל פנים אני חושב שפריז הרבה יותר מתאימה לו, אך איך הוא יכול להיות שם. מושל2 בעצמו עדיין יושב בוילנה ואני רואה שהנסיעה שלו היא סיפור מתמשך. כן, הבה נקווה בינתיים ליציאה שלו וודאי שאני ואת לא נחסוך (במאמצים) ונעשה למענו כל מה שאנו יכולים ומה שטוב יותר בשבילו. אני יודע שאת עוזרת עד כמה שאפשר בבית. ובפרט אני רואה שגם אסתר לא שכחה את הבית (לא כל שכן ז’ניה) מאד משמח אותי שאסתר הסתדרה כל כך טוב שהיא יכולה כבר לעזור בבית. כותבים לי מהבית שהם עדיין שקועים בחובות. אני מתאר לעצמי שאמא עדיין מנידה כל הזמן בראשה. ונהיה לי, משום מה3, עצוב בלב. אינני יודע מדוע כל העול של החיים הקשים נופל משום מה4 על אמא יותר מאשר על כולם! אני רואה אותם עכשיו לנגד עיני כאילו במראה. ודאי כבר לעולם לא אראה אותם שוב. זה כבר הגורל שלי, אבל מה אני יכול לעזור? לו הייתי יכול לעשות לפחות את המינימום למענם. זהו, ככה זה! תאמינו לי שלפעמים בלילה אני נזכר שאבא שוכב עכשיו ומשתעל ( השיעול של אבא מוכר לאסתר היטב. אני עדיין זוכר איך היא היתה מחווירה כמו סיד) ואני מרגיש כבדות בכל האברים, אבל אחרי הכל אל תשכחו שאין לי עודף זמן כדי לחשוב על הבית. אם לומר את האמת, לא יוצא לי לחשוב הרבה על הבית. החיים פה רחוקים מאד מלעורר סנטימנטים. ואתם ודאי תאמינו לי שאני כבר די התאקלמתי (לא לכל אחד זה בא בקלות). אתם ודאי תבינו שכל מה שקורה פה אצלנו בארץ בבניית הסוציאליזם הנהדר הוא דבר ש… איך לומר זאת, נוגע לי באופן אישי5. תנאי החיים של הפועל משתפרים מיום ליום (אם בוחנים את החודשים הראשונים לבואי ועד עתה אז דברים רבים אין להכיר) וגם אני לא יכול להתלונן6. הייתי בבית מרגוע לא 12 יום כפי שכתבתי אלא 24 ימים. קיבלתי תשלום מלא עבור שהות של שבועיים ושאר הזמן הייתי על חשבוני. שואלים אותי…
מקור
I
16/3/33 מגניטוגורסק
מײַנע טײַערע שוועסטער און שוואׇגער! איך ענטפֿער אַײַך
גלײַך אף1 אַייער בריוו, ס’איז אייגנטלעך זייער שיין
פֿון מײַן זײַט. ווי איר זעט לערן איך זיך ניט
אַלץ פֿון אײַך, אׇבער איך וויל אַייך מאַסרע2 זײַן אויב
איר ווילט באַקומען רעגעולער פֿון מיר בריוו (זשעניע
ווערט דאׇך אַזש סענטימענטאַל און זי לייענט מײַנע
בריוו טאׇ זײַט וויסן, אַז איך וועל אײַך שרײַבן בלויז
דאַן ווען איך וועל באַקומען פֿון אײַך אַ בריוו,ס’הייסט
איך וועל שטענדיק דערפֿילן מײַן פֿליכט און ענטפֿערן
אײַך רעגולער. איר דאַרפֿט אׇבער נישט פֿאַרגעסן
מײַנע טײַערע, אַז באַ מיר האׇט די צײַט אַ
גרעסערע באַדײַטונג. פּאׇשעטער3 געזאׇגט ס’איז
באַ מיר אַ מער טײַערער אַרטיקל, אׇבער איך האׇב
איינמאׇל מײַנע פּרינציפּן און דער בריוו פֿראַגע
נישט געבראׇכן כאׇטש די לעצטע צײַט וואַרף
מען מיר אויכעט אַז איך בין אַ ביסל נאַכלעסיק
געוואׇרן אין דער דאׇזיקער פֿראַגע.
נו, זאׇל עס נעמען אַ סוף.
טײַערע זשעניע און מײַנע טײַערע עסטער! איך געפֿון
זיך אַף4 טויזנטער קילאׇמעטער ווײַט פֿון אײַך
און ווײַט פֿון אונדזער היים וואׇס פאַרבינדט
אונדז אַלעמען. מיינט נישט אַז מען איז
אין ראַטן-פֿאַרבאַנד פֿאַרגעסט מען שוין
אׇן אַלעמען. די צײַט קען ברענגען אַז
מען זאׇל פֿון דאַנעט זעלטן שרײַבן בריוו, ס’קען
אַפֿילע5 זיין אז מען קען אויפֿהערן אין
גאַנצן שרײַבן. איך ווייס נישט ווי די צײַט קען
ברענגען מיט מיר, אׇבער איין זאַך קען איך אײַך
צוזאׇגן, אַז אׇן אונדזער שטוב וועל איך קיין מאׇל ניט
II
פֿאַרגעסן. ווי אַזוי קען איך פֿאַרגעסן אׇן
אונדזער שטוב? איך האׇב שוין טויזנטער מאׇל
געפּלאַנעוועט ווי אַזוי קען מען זיי אַרויסשיקן
און צוהעלפן מיט עטלעכע רובל. איך פֿאַרדין
פֿאַר זיך גענוג און איך וואׇלט זיי אויך גע-
קאׇנט מיט עפּעס העלפן, אבער וואס קען איך
קליינמענטשעלע העלפֿן אין אַזאַ פֿראַגע וווּ
עס דעצידירט די פּאׇליטיקס? וואלאטע שיקן
ווייסט איר דאׇך איז אויסגעשלאׇסן און אונדזערע
טשערוואַנדעס האׇבן דאׇרטן דעם מינימאַלסטן
ווערט.
דו פֿרעגסט מיר זשעניע ווי אַזוי איך מיין
וועגן וועלוועלען? אייגנטלעך, וואׇס קען איך שוין
מיינען. קוידעם קאׇל6 זאׇל ער אַרויסגיין און
וועלוועלע איז שוין ניט קיין קליין ייִנגל. ער
האׇט אַ גאַנץ ניכטערן קוק אַפֿן 7לעבן.
ער איז אַ גרויסער אַקשן8 און ער ווייס זייער
גוט וואׇס ער וויל. אין די דאׇזיקע פֿראַגן איז
ער אׇפֿטער מער אויפֿגעהאַלטן פֿון מיר.
דו בינסט זייער גערעכט, וואׇס האׇסט פֿאַרשטאַנען
אַז פּאַלעסטינע איז פֿאַר אים נישט דער
ריכטיקער אׇרט. ער אַליין ווייס עס געוויס
אויך. די פֿראַגע פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד
ווייסט דאׇך אַז ס’איז אַ פֿראַגע פֿון
פּאׇליטיק. אׇן אַ דערלויבעניש וועט מען אים
נישט אַרײַנלאׇזן און ער וועט עס אַליין
נישט וועלן. נישט צוליב דעם איז ער
געזעסן די בעסטע יאׇרן אין טפיסה9.
III
באַקומט ער יאׇ אַזאַ דערלויבעניש איז
ער דער גליקלעכסטער מענטש. אך, ווי דערלעבט
מען עס צו זען זיך מיט אים אׇ דאׇ.
אׇבער דערלויבענישן גיט מען דאׇך אַזוי זעלטן. מען
נויטיקט זיך דאׇך אין אַזעלכע יאַטעס באַ זיי
דאׇרטן. פּאריזש האַלט איך יעדנפֿאַלס פֿאַר אים
אַ סאַך מער פּאַסיקער, אׇבער ווי אַזוי קען ער דאׇרטן
זײַן, נאׇר מאׇשל אַליין זיצט נאׇך אַלץ אין ווילנע
און מיט זײַן פֿאׇרן זע איך איז אַלץ אַ פֿאַר-
שלעפּטע געשיכטע.
יאׇ, לאׇמיר דערווײַל האׇפֿן אַף זײַן אַרויסגיין
און אַלע מעגלעכקייטן, וועלכע זײַנען נאׇר פֿאַראַן
באַ מיר און באַ אײַך וועלן מיר געוויס ניט
זשאַלעווען צו מאַכן וואׇס בעסער פֿאַר אים.
איך ווייס פֿון דעם אַז איר העלפֿט צו מיט
וויפֿל נישט איז אין שטוב. באַזונדערס זע איך
האׇט עסטער אויך ניט פֿאַרגעסן אין שטוב (וועגן
זשעניען רעד איך שוין ניט(. מיר פרײַדט זייער,
וואׇס עסטער האׇט זיך אַף אזוי פֿיל אײַנגעאׇרדנט,
אַז זי קען שוין העלפֿן אין שטוב, מען
שרײַבט מיר פֿון שטוב אַז מען איז נאׇך
אײַנגעטונקט אין כאׇוועס10, איך שטעל זיך פֿאׇר
אַז די מאַמע דרייט נאׇך אייביק מיטן קאׇפּ
און ס’ווערט מיר מאׇדנע אומעטיק אַפֿן האַרצן,
איך ווייס ניט פֿאַרוואׇס דער גאַנצער לאַסט פֿון
שווערן לעבן פֿאַלט מאׇדנע מערער ווי אַף
אַלעמען אַף דער מאַמען! איך זע זיי איצטער פאר זיך,
דאכט זיך ווי אין שפיגל, איך
וועל זיי שוין געוויס מערער קיין מאׇל ניט זען.
דאׇס איז שוין דער גיירל11 פֿון מענטשן.
אׇבער וואׇס קען איך העלפֿן? כאׇטש דאׇס מינסטע
טאׇן פֿאַר זיי. אַזוי איז שוין דאׇס!
IV
גלייבט מיר אַז ס’טרעפט אַ מאׇל באַנאַכט דערמאׇן
איך זיך אַז דער טאַטע ליגט איצטער און הוּסט
(דער טאַטנס הוּסטן איז עסטערן גוט באַקאַנט.
איך געדיינק נאׇך ווי זי פֿלעגט ווערן בלאַס ווי
קאַלך). איז ווערט מיר שווער אַף אַלע גלידער.
אׇבער נאׇך אַלעמען דאַרפֿט איר ניט פֿאֿרגעסן אַז
קיין צײַט איבעריקע צו טראַכטן איז ניט פֿאַראַן.
דעם עמעס12 געזאׇגט, קומט אויס צו טראַכטן
וועגן שטוב נישט קיין סאַך13. דער היגער לעבן
איז זייער ווײַט פֿון דאׇס וואׇס מען רופֿט אׇן
סענטימענטן און איר וועט מיר געוויס גלויבן
אַז איך האׇב זיך שוין נישקאׇשעדיק ארײַנ-
געפּאַסט (נישט פֿאַר יעדן איינעם קומט עס
אׇן איבעריקס גרינג) איר וועט געוויס פֿאַר-
שטיין אַז אַלץ וואס עס קומט פֿאׇר דאׇ
באַ אונדז אין לאַנד באַם גראַנדיערן
בויען דעם סאׇציאַליזם איז אַ זאַך, ווי
זאׇל איך זאׇגן, ווי מײַנע אַן אייגענע
זאַך. די לעבנס באַדינגונגען פֿאַרבעסערן
זיך פֿאַרן אַרבעטער פֿון טאׇג צו טאׇג
(נעמענדיק פֿון די ערשטע מאׇנאַטן פֿון
מײַן קומען ביז איצט איז א סאַך זאַכן
נישט צו דערקענען) און באַ מיר איז
אויך ניט צו פֿאַרזינדיקן. אין אׇפּרו-הויז
בין איך געוועזן נישט ווי איך האׇב אײַך
געשריבן 12 טעג נאׇר גאַנץ 24. פֿאַר צוויי
וואׇכן האׇב איך באַקומען דעם פֿולן געהאַלט
און פֿאַר די איבעריק בין איך געווען אַף
מײַן אייגענעם כעשבן14. מען פֿרעגט מיר….
Comments