התאריך לא ידוע, אבל ממכתב אחר מסתבר שטוליק היה בשנה חמישית בשנת 1994. מכאן שמכתב זה נשלח בשנת 1993.

תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

וולוול היקר!

אני מנצל את ההזדמנות ושולח לך מכתב באמצעות הקרובה שלנו.

למרבה הצער, המכתב הזה הוא גם עצוב. קרה לנו אסון. החתן שלי נפטר – הבעל של סְוְיֶטׇה. עכשיו כל הקשיים מוטלים על כתפיה של סְוְיֶטׇה בנוסף לקשיים של החיים הרגילים (אני מתכוון לקשיים של החיים הרגילים בארץ שלא נהיים קלים יותר).

אז כשלוקחים בחשבון שיש לנו עדיין פיסת אדמה עם בית במרחק 75 ק”מ ממוסקבה - בזה נהג להתעסק בעיקר וולודיה, הבעל של סויטה, וזוהי בעיקר עבודה של גבר - אז אתה יכול לתאר לעצמך כמה זה קשה לסְוְיֶטֶה. בנוסף לכך היא עובדת עכשיו בחברה פרטית וזה גם גוזל הרבה אנרגיה, כך שאתה יכול לתאר לעצמך כמה קשה לה עכשיו.

טוליק לומד עכשיו בשנה הרביעית של בית הספר לרפואה באוניברסיטה ולומד בכלל לא רע. במקביל לכך הוא לומד בקורס עיסוי רפואי.

אני, יש להודות, מהווה בעיקר עול, אם כי אני משתדל לעזור במה שאני יכול, אבל אני כבר לא צעיר ואין לי אותם הכוחות.

50 שנה הייתי רגיל לחיים מסוג אחר. גם זה משפיע לרעה, כך שאין לי במה להתפאר. ממשטר ברזל עברתי לאנרכיה מוחלטת וקשה לי להתרגל לזה. אני לא מתלונן. הראייה של הצעירים אחרת לגמרי. אך זה שאני יכול לומר את אשר לבי זו הקלה.

איך משפיעים השינויים אצלכם על חייכם? האם אתם מרגישים (כפי שסביר להניח) לא כל כך חזקים? אני מטיל ספק בנכונות של המדיניות החדשה בנוגע לערבים. הערבים לא ירגעו גם אחרי האוטונומיה. הם ידרשו מדינה ריבונית ולישראל יהיה אויב מר לידה – יתכן שאני טועה.

איך זה נראה מקרוב? אנחנו הרי חווים גם כן את ההישגים שלכם ואת הצרות שלכם.

איך אתה מרגיש? איך חיים הילדים? אני מאד מבקש ממך לכתוב מכתבים. בשבילי זה חג גדול. דרישת שלום מסויטה, טוליה וכל בני משפחתי. דרישות שלום חמות ונשיקות לכל קרוביך. ויקטור.

מקור

טײַערער וועלוול!
איך נוץ אויס די געלעגנהייט און שיק דיר אַ בריוו דורך אונדזער קרובה.
צום באַדויערן איז דער בריוו אויך אַן אומעטיקער. בײַ אונדז איז געשען
אַן אומגליק. עס איז געשטאׇרבן מײַן אײדעם - סוויעטעס מאַן. איצט לייגן
זיך אַלע שוועריקײטן אויף סוויעטעס פּלייצעס. און צו די שוועריקייטן
פֿון אַלגעמיינעם לעבן, (איך מײן די שוועריקײטן פֿון אַלגעמײנעם לעבן
אין לאַנד, וועלכע ווערן ניט גרינגער). איז נעמנדיק אין אַכט אַז מיר
האׇבן נאׇך אַ שטיקל ערד מיט אַ שטיבל 75 קילאׇמעטער פֿון מאׇסקווע.
מיט דעם פֿלעגט זיך פֿאַרנעמען הויפּטזעכלעך וואׇלאׇדיע - סוויעטעס מאַן.
און דאׇס איז אין גרעסטן טייל אַרבעט פאַר אַ מאַן, קען מען זיך פֿאׇרשטעלן
ווי שווער עס איז סוויעטען. דערבײַ אַרבעט זי איצט אין אַ פּריוואַטער
פֿירמע און דאׇס נעמט אויך צו אַ סך ענערגיע. קען מען זיך פֿאׇרשטעלן
ווי שווער עס איז איר איצט.
טאׇליק לערנט זיך איצט אויפֿן 4טן קורס פֿון מעדיסן אוניווער-
סיטעט.
און לערנט זיך גאׇר ניט שלעכט. און פּאַראַלעל מיט דעם גייט
ער דורך אַ קורס פֿון מאַסאַזשיסטן. איך בין פֿאַרשטייט זיך די הויפּט זאַך
אַ לאַסט. כאׇטש מיט וואׇס איך קען באַמי איך זיך צו העלפֿן.
נאׇר עס זײַנען שוין ניט די יונגע יאׇרן און די יונגע כוחות.
פֿאַר 50 יאׇר בין איך געוווינט געוואׇרן צו אַן אַנדער סאׇרט לעבן.
דאׇס ווירקט אויך נעגאַטיוו. אַזוי אַז באַרימען זיך איז ניטאׇ מיט וואׇס.
פֿון אַן אײַזערנער אׇרדענונג איז מען ראַשיק אַריבער צו אַ פֿולער
אומאׇרדענונג, און צוגעוווינען זיך צו דעם איז שווער. איך
באַקלאׇג זיך ניט. בײַ דער יוגנט איז אַ גאַנץ אַנדער מיינונג.
נאׇר אַז איך קען זיך אויסרײדן איז דאׇס אויך אַ פֿאַרלײַכטערונג.
ווי ווירקן אויף אײַער לעבן? די ענדערונגען בײַ אײַך. איר פֿילט זיי
וואַרשײַנלעך ניט זייער שטאַרק? איך צווײַפֿל אין דער ריכטיקייט פֿון
דער נײַער פּאׇליטיק בנוגע אַראַבער. די אַראַבער וועלן זיך ניט
באַרויִקן אויך נאׇך דער אַווטאׇנאׇמיע. זיי וועלן פֿאׇדערן אַ סוווערענע
מלוכה. און ישראל וועט האׇבן נאׇך א ביטערן שונא בײַ דער זײַט -
מעגלעך אַז איך האׇב אַ טעות. ווי זעט דאׇס אויס פֿון נאׇענטן?
מיר לעבן דאׇך איבער אויך אײַערע דערגרייכונגען און אײַערע צרות.
ווי פֿילסט דו זיך? ווי לעבן די קינדער? איך בעט דיר זייער
שרײַב אׇן אַ בריוו. בײַ מיר איז דאׇס אַ גרויסער יום טוב.
אַ גרוס פֿון סוויעטען טאׇליען און אַלע מײַניקע. הערצליכע גרוסן
און קושן אַלע דײַנע נאׇענטע.
וויקטאׇר

Comments