צילה טרוצקי מספרת כאן לסבא זאב חוויות ורכילות מווילנה, ב-1939-08-09, שבועיים לפני פרוץ המלחמה. לא להאמין שבימים שנחום מספר בהם על מסכות גז וגיוס, כאן מתואר קיץ פסטורלי יחסית (עם משפט צבאי כלשהו). מוזכרים במכתב הרבה ממכרינו: רבקה, זאב, נחום קריזובסקי, וולף פופקו החולה ואפילו מועדון השחייה של “מכבי”. משתמע כאילו סבתא רבקה חסכה כסף כדי לבקר בווילנה.

איפה זה “פַסְְפוּאֶשק”, שם שכן בית-הקיץ שבו ביקרה משפחת פופקו “כרגיל”?

תרגום

נאוה ליטבק, בעריכתי

וולפקה היקר! וילנה 18/8/39

אני עונה לך כמעט מייד לאחר שקיבלתי את מכתבך. את קריזובסקי לא ראיתי, אבל אני מבטיחה לך שאכנס אליו. ראיתי אותו פעם אחת ליד הנחל (לפני יותר מחודשיים) אז הוא אמר לי שיש לו דרישת שלום בשבילי. בקשר לרבקה, לבקש סליחה ולא לכתוב, אני לא מבינה מזה כלום ואני בכלל לא אנסה. ממלכת פופקו נמצאת בדאצ’ה ב”פאספואֶשק” (כרגיל). הייתי אצלם שבוע. הרגשתי שם לא רע. האדון פוּפקו באמת חולה ודי רציני. אני מבקש שלא תאמר לרבקה שום דבר. מובן שלו היה נוסע ונח זה לא היה נורא כל כך, אבל הוא אינו יכול ואינו רוצה.

אגב, הוא דואג מאד לילדים. הוא היה רוצה מאד לעזור לה להסתדר. כך הוא קורא לזה. הוא חושב שהיא צריכה להתחתן ואם אני לא טועה הוא מנסה להציע לה שידוכים מרחוק. אני מבקש אותך שוב לא לומר דבר לרבקה, כי זה ודאי יכאיב לה. ואת זה דווקא לא הייתי רוצה. אגב, קיבלתי ממנה בשבוע שעבר מכתב. בינינו, כבר עדיף היה אם היא לא היתה שולחת אותו. עד שאני מקבלת מכתב, אני תמיד מדמיינת אותו אחרת, אם כי אני כבר מכיר אותם. כיצד יכול בן אדם להכניס כל כך מעט חיים ותוכן במכתב? אבל אתה, הרי מכיר את המכתבים שלה.

ואתה מה אתה מתרגש כל כך ומתגעגע לווילנה. היא אותה העיר המגעילה שהיתה. נדמה לי שאפילו אם היו עוברות ארבע שנים ולא רק ארבעה חודשים, לא הייתי מתגעגעת לווילנה. בנוסף לכך מה שאתה לא מבין מהעיתונים. באמת לא טוב. ואני אנסה להסביר לך. הבחירות למועצת העיר עברו אחרי מערכת בחירות סוערת. אני בכלל לא זוכרת כזה חופש בזמן מסע בחירות כזה. והציבור באמת הרשה לעצמו להתפרע. התוצאות: אוזון - 19 מנדטים, אנדקים - 27, בונד - 10, פ.פ.ס. - 10 (ביחד עם הדמוקרטים) ציונים כלליים - 5, פועלי ציון - 3. תאר לעצמך שטשרניחוב, נעבעך, לא נכנס.

ב”מכבי” עדיין לא צוללים ואני מתאר לעצמי שלא כל כך מהר יצללו, משום מה אין שום סימן לכך. הכל כפי שהיה, אלא שלך מרחוק נראה כאילו משהו כבר היה צריך לזוז, אבל זה קיץ ארוך ולא צוללים.

אצלי הכל כפי שהיה. אני עובדת עם בלומקה כי אין לי ברירה אחרת. זה באמת נורא, אבל לא לעבוד נורא יותר. עכשיו אני איני עובדת כי זה קיץ ובלומקה נמצאת בפנסיון. הייתי אמורה לנסוע להרים, אבל לבלומקה גם התחשק. נרשמנו ושלמתי 10 גל. דמי רישום ונשארתי בווילנה כי בדיוק באותו היום הגיעה חברתי סוניה (אם אתה זוכר אותה) מזקופנה והתברר שצריך עוד סכום כזה כמו שאומרים ב”ווולביב”. כי משלמים על כל טיול בנפרד. ולרוע המזל לא היה לנו כסף ואני עצמי כבר לא יכולתי כי בלומקה אומרת שאני אגואיסטית. מן הסתם מה שהיא אומרת נכון ואני אחכה לזמנים טובים יותר. אני אזכה לזה, מה אתה חושב? מגיע לנו מזל טוב כללי כי חיים גורדון וסילצקי התחתנו. אני מאחלת להם מכל הלב כל טוב ומן הסתם גם אתה. ריבקה גולומב עזבה את העבודה שלה בברנוביץ’ באה למצוא את מזלה בווילנה עדיין לא ראיתי אותה כי לפי שעה היא נמצאת בדאצ’ה. אצל טויבה גם היו בעיות. את דוׄדקֶה ואת האמא עצרו (איזה משפט צבאי) והם ישבו במשך חודש. אתמול הם יצאו. נדמה לי שעכשיו אתה יודע

3

כבר הכל בדיוק.

אצלך באלקטריט הם העלו להם את השכר לחצי גילדן ליום (הילקה צוורֶצקי מלמדת את אחי פולנית) והם עובדים כבר חודש. אבל וולפקה, זה שנסעת הרי לא צריך לצער אותך. מזלך שעכשיו יום שישי לפנות ערב ואמי “מטרטרת” לי בראש שהיא צריכה להדליק נרות. לולא כן הייתי מפרטת את דעתי על כך.

זה שאין לך עבודה זו תופעה נורמאלית לגמרי, כיוון שאתה בעצמך הרי לא חשבת שיעמדו ויחכו לך. אני מאמינה שתמצא. אגב אתה יכול לכתוב בצורה קצת יותר מפורטת על עצמך. על חווקה העניין הוא כזה. בדיוק היתה אצלי שיינקה (אנחנו הגענו מפּוֺספּוּאֶשק [מקום כלשהו?]) והיא קראה את המכתב, אבל אני דברתי עם אביה. אמרתי לו שרבקה אוספת כסף כדי לבוא ולהתראות. אז הוא אמר שלא פעם הוא הציע לה כסף והוא חושב שאם היא תאסוף [כסף] להוצאות זה יעלה לו יותר -מדי ביוקר. גם אני חושבת כך. שוחח אתה על כך והרגיע אותה בקשר לאבא. ווֶלפְקֶה, תסלח לי אם השמטתי משהו (אם כי אני מתאר לעצמי שלא, כי המכתב די ארוך) כי כמו שכבר אמרתי לך עכשיו יום ששי בערב ואני מאד ממהרת, אך בו בזמן אני רוצה לשלוח לך את המכתב עוד היום ואכן איני מחכה לשיינקה כי אני עוד אצטרך להתחיל לדחות [את משלוח המכתב].
תהיה בריא ותענה מהר יותר מאשר במכתבך הקודם (אם יש לך סיבה, סלח לי על הישירות שלי).

צילה

דרישת שלום לרבקֶה ואתה יכול באמת להעביר לה (ממני) את הנשיקה ששלחתי באמצעותך.

מקור

ווילנע 18/7/39

טײַערער וועלפֿקע!

כ’ענטפֿער דיר כּמעט גלײַך ווי כ’האׇב באַקומען דײַן בריוו. קריזאׇווסקען האׇב איך
ניט געזען. נאׇר כ’זאׇג דיר צו אַרײַנצוגיין צו אים. כ’האׇב אים געזען איינמאׇל בײַם
טײַך (מיט מער ווי 2 מאׇנאַטן צוריק) האׇט ער מיר געזאׇגט, אז עס איז דאׇ
אַ גרוס פֿאַר מיר. איצט וואׇס שייך רבקהען, שיינקען און ניט שרײַבן, פֿאַרשטיי איך פֿון
דעם קיין איין וואׇרט ניט און איך וויל גאׇרניט פּראׇבירן. די הערשאַפט פּופּקאׇ שטייט
אויף דאַטשע אין פּאַספּועשק (ווי געוויינליך).כ’בין געווען בײַ זיי אַ וואׇך צײַט. געפֿילט
זיך דאׇרט ניט שלעכט. דער הער פּופּקאׇ איז טאַקע קראַנק און גאַנץ ערנסט. כ’בעט
דיר זאׇלזט רבקהען גאׇרניט זאׇגן. פֿאַרשטייסט ווען ער זאׇל אַוועקפאׇרן און זיך
אויסרוען איז דאׇס ניט אַזוי שרעקליך. נאׇר ניט ער קען פֿאׇרן און ניט ער וויל.
אַגבֿ דאגהעט ער זייער פֿיל פֿאַר די קינדער. ער וואׇלט זייער וועלן רבקהען אײַנאׇרדנען.
בײַ עם הייסט עס אַזוי. ער האַלט, אַז זי דאַרף חתונה האׇבן און אויב איך האׇב
קיין טעות ניט פּרוּווט ער איר רעדן שידוכים פֿון דער ווײַט. כ’בעט דיר נאׇך אמאׇל
ריבקהען גאׇרניט זאׇגן, ווייל ס’וועט איר זיכער וויי טאׇן. און כ’וואׇלט דאׇס דווקא ניט
געוואׇלט. אַגב האׇב איך פֿון איר געהאַט יענע וואׇך אַ בריוו. נאׇר צווישן זיך גערעדט
וואׇלט שוין געווען בעסער ווען זי שיקט אים ניט. ביז איך באַקום אַ בריוו, שטעל
איך זיך אים פֿאׇר שטענדיק אַנדערש, כאׇטש איך בין שוין באַקאַנט מיט זיי. ווי קען
אַ מענטש אַזוי ווייניק לעבן, אינהאַלט אַרײַנלייגן אין אַ בריוו. נאׇר דו ביסט דאׇך
אויך באַקאַנט מיט אירע בריוו.
איצט וואׇס האׇסטו זיך אַזוי צעיאַכמערט, וואׇס בענקסטו נאׇך ווילנע. די זעלבע
פּאַסקודנע שטאׇט וואׇס געווען. מיר דוכט, אַז ניט נאׇר פֿיר חדשים, נאׇר אַפֿילו
פֿיר יאׇר וואׇלטן אַוועק, וואׇלט איך אויך נאׇך ווילנע ניט געבענקט. אי, וואׇס דו
פֿאַרשטייסט דאׇרט אין די בלעטער. איז טאַקע ניט גוט. און כ’וועל דיר
פּראׇבירן העלפֿן. די שטאׇט-ראַט-וואַלן זיינען אַדורך מיט אַ גוואַלדיקער קאׇמפּאַניע.
איך געדענק בכלל ניט, אַז ס’זאׇל בײַם וואַלן זײַן אַזאַ פֿרײַהייט. נו, איז דער

2

עולם האׇט זיך טאַקע געלאׇזט ווויל גיין. דער רעזולטאַט: אׇזאׇן-19 מאַנדאַטן, ענדעקעס-27,
בונד-10, פּ.פּ.ס.-10 (צוזאַמען מיט די דעמאׇקראַטן) 5 אַלג. ציוניסטן, 3- פּ. ציון.
שטעל זיך פֿאׇר אַז טשערניכאׇוו איז נעבעך ניט אַרײַן.
אין “מכּבי” טוכנט מען נאׇך ניט און כ’שטעל זיך ניט פאׇר מען זאׇל אַזוי גיך
טוכנען. ס’ווײַזט עפּעס גאׇרניט אויף דעם. אַלץ איז ווי ס’איז געווען. דיר נאׇר פֿון ווײַטן
קומט אויס, אַז עפּעס האׇט דאׇך שוין געמעגט זיך רירן. נאׇר ס’איז אַ לאַנגער זומער און
מען טוכנט ניט.

בײַ מיר איז אַלץ ווי געווען. מיט בלומקען אַרבעט איך, ווײַל קיין אַנדער ברירה
האׇב איך ניט. ס’איז טאַקע גוט פּאַסקודנע, אׇבער ניט אַרבעטן איז נאׇך ערגער.
איצט אַרבעט איך ניט, ווײַל עס איז דאׇך זומער און בלומקע זיצט אין פּענסיאׇן.
איך האׇב געזאׇלט פֿאׇרן אין די בערג. האׇט זיך בלומקען אויך פֿאַרוועלט. האׇבן מיר
זיך פֿאַרשריבן און באַצאׇלט 10 גל. אײַנשרײַב געלט און געבליבן זיצן אין ווילנע.
ווײַל גלײַך צום זעלבן טאׇג איז געקומען מיין חברטע סאׇניע (אויב דו דערמאׇנסט זיך איר)
פֿון זאַקאׇפּאַנע און ס’האׇט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מען מוז האׇבן נאׇך אַמאׇל אַזוי פֿיל געלט,
ווי זיי אין “ווולביב” זאׇגן. ווײַל אַלע עקסקורסיעס קאׇסטן באַזונדער. אַזוי איז פֿאַר
בייזן האׇבן מיר ניט געהאַט קיין געלט. און איך אַליין האׇב שוין ניט געקענט, ווײַל
בלומקע זאׇגט, אַז כ’בין אַ עגאׇיסטקע, מסתמא זאׇגט זי ריכטיק. און כ’וועל פּראׇבירן
וואַרטן אויף בעסער צײַטן. כ’וועל זיך דערוואַרטן ווי מיינסטו?
איצט קומט אונדז אַן אַלג. מזל-טובֿ, ווײַל חיים גאׇרדאׇן סיעלעצקען האׇבן
חתונה געהאַט. כ’ווינטש זיי אלדאׇס גוטס, פֿון גאַנצן האַרצן און דו מסתמא אויך.
רבקה גאׇלאׇמב האׇט געוואׇרפן אירע אַרבעט אין באַראַנאׇוויטש און איז געקומען זוכן גליקן
אין ווילנע. איך האׇב איר נאׇך ניט געזען, ווײַל, פֿאַרלויפֿיק דאַטשעוועט זי.
בײַ טויבען איז אויך געווען אַ גאַנצע פֿאַרדרייעניש. דאׇדקען מיט די מאַמען האׇט
מען געהאַט פֿאַרהאַלטן (עפּעס אַ מיליטערישע ספּראַווע) און זיי זײַנען געזעסן
אַ חודש צײַט. נעכטן זיינען זיי אַרויס. דאַכט זיך, אַז איצט ווייסטו

3

שוין אַלץ גענוי. בײַ דיר אין עלעקטריט האׇט מען זיי געהעכערט דעם לוין
אויף אַ האַלבן גילדן אַ טאׇג. (הילקע צווארעצקי לערנט מיט מײַן ברודער פּויליש)
און זיי אַרבעטן שוין א חודש. נאׇר דאׇך וועלפֿקע דאַרף דיר ניט פֿאַרדריסן, וואׇס
ביסט אַוועקגעפֿאׇרן. דײַן גליק, וואׇס ס’איז איצטער פֿרייטיק פֿאַרנאַכט און מײַן מאַמע
פּויקט מיר אין קאׇפּ, אַז זי דאַרף ליכט בענטשן, ווען ניט וואׇלט איך דיר אויסגע-
לייגט מײַן מײַנונג וועגן דעם. דאׇס וואׇס דו האׇסט קיין אַרבעט ניט איז אַ גאַנץ
נאׇרמאַלע דערשײַנונג, ווײַל פֿאׇרט דאׇך אַליין אויך ניט געמיינט, אַז מען וועט שטיין און
וואַרטן אויף דיר. כ’גלייב, אַז וועסט געפֿינען. אגב, מעגסטו אַ ביסל גענויער
שרײַבן וועגן זיך.
וועגן כאווקען איז די זאַך אַזאַ. גראׇד איז בײַ מיר שיינקע געווען (דאׇס זײַנען מיר
געקומען פֿון פאספועשק) און זי האׇט איבערגעלייענט דעם בריוו. נאׇר איך האׇב
גערעדט מיט איר טאַטן. כ’האׇב אים געזאׇגט אַז ריבקה קלײַבט געלט אויף צו
קומען זיך זען. זאׇגט ער, אַז געלט האׇט ער איר ניט איין מאׇל פֿאׇרגעלייגט און
ער האַלט, אַז ס’וועט אים צו טייער קאׇסטן זי זאׇל קלײַבן אויף הוצאות.
כ’מיין אויך אַזוי. רייד זיך צו מיט איר דורך און וועגן טאַטן באַרויִק איר.
וועלפֿקע אַנטשולדיק, אויב כ’האׇב עפּעס דורכגעלאׇזן (כאׇטש כ’שטעל זיך דאׇס
ניט פֿאׇר, ווײַל דער בריוו איז אַ גאַנץ לאַנגער), ווײַל ווי כ’האׇב דיר שוין
געזאׇגט איז איצטער פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט און כ’אײַל זיך זייער, אׇבער גלײַכצײַטיק,
וויל איך דיר נאׇך הײַנט אׇפּשיקן דעם בריוו. און כ’וואַרט טאַקע ניט אויף
שיינקען, ווײַל כ’דאַרף נאׇך אׇנהייבן אׇפּלייגן.
זיי געזונט און ענטפֿער גיכער ווי דײַן פֿריערדיקן בריוו.
(אויב דו האׇסט פֿאַרוואׇֺס , אַנטשולדיק מיר פֿאַר מײַן אויפֿריכטיקייטן.

צילע

גערוס ריווקען און מעגסט איר טאַקע אׇפּגעבן פֿון מיר דעם קוש, וואׇס כ’האׇב דורך דיר געשיקט.

Comments