משתמע שנחום קריזובסקי לא היה עסוק במיוחד בקיץ 1939. במקום להתאמן בחתירה בנהר הוויליה, הוא התאמן בבריחה מגוי אנטישימי. למרות המצב הרעוע באירופה הוא סונט בסבא זאב על הצטרפותו לפרויקט הקולוניאליסטי בפלשתינה.

אינני מבין מדוע נחום מזכיר את כוואלס ואיני בטוח מה כוונתו ב”הפקה של מקל לבן”.

מי היא מלכה, שמתלוננת שזאב לא כותב לה, אינני יודע.

תרגום

מאת נאוה ליטבק, בעריכתי

וילנה 23 ביוני 1939
וולפקה היקר!

אני עמוס בעבודה! אוכל 3 פעמים ביום, הולך לטייל, נשרף בשמש, שומע בדיחות משעממות. אילו היתה עוד נוספת לי משרה טובה, ממש אי אפשר היה לשאת זאת. ועכשיו לכתוב לך מכתב פעם בחודשיים – אז כבר אהיה חייב לעבוד מעל 2.5 שעות, וזה לא מציאה גדולה.

כיוון שהשמש הגלותית שלנו בוערת עד שהיא מעלה עשן, אני יוצא החוצה לוויליה ליד תחנת החתירה של “מכבי”. לומדים שם… ריצה עד שהנשמה יוצאת. אני מתפשט עומד בבגד ים. וכאשר משמיעים אזעקה — השונא עומד בשער — מופיע גוי גס עם כובע לבן וכלל לא באופק אלא לידינו. חטפתי את המכנסיים והנעליים והתאמנתי בריצה. זה חינוך גופני בהפקה של מקל לבן…[??]

באשר לקורסים זה הסוף. המטרה הושגה. קיבלו מאתנו כמה אגורות ונגמר המשחק. לא ביישתי את המסורת. קיבלתי את ה-5 שלי. אבל אין לזה כל קשר לעבודה. זה דבר שתלוי באלוהים ובכְַוואלֶס ואלה שני נוסעים קשים.

אחותי מן הסתם עוד לא היתה אצלך. אני חושב שהיא תהיה. אם מתחשק לך, קפוץ אליה. אבל זה בטח לא מהפעילויות הבטוחות שיש לך אם אתה יוצא שם להרפתקאות שכאלה. אתה הרי עושה שמות בערבים שלי. דבר אחד אתה צריך לשכנע את “הפרשים הלאומיים” שישאירו לפחות ערבי אחד בתור מוצג מוזיאוני.

תהיה לי בריא וחזק. כתוב לי מכתב מיוחד, ועל העניינים שעשויים לעניין אותי. השפעות של אירגונים חברתיים ופוליטיים ברחוב היהודי וברחוב הערבי! ואחרי כן על עצמך. ומה נשמע אצל רבקה? תמסור לה דרישת שלום ממני.

שלך נחום


וולווקה!

ראשית מה שאכתוב לך זה שאתה חזיר. איך זה שאינך בא להיפרד. אני אמנם יודעת שאתה מאד עסוק. אף על פי כן יכולת למצוא קצת זמן לבקר, אבל זה אבוד. אני עצמי לא יודעת מה לכתוב לך, כי כמעט שום דבר לא השתנה. אני מאמינה שגם אצלך אין. אני חושבת שכל פעם שתכתוב לכולם תכתוב גם לי. בינתיים תהיה בריא. אני וכל בני ביתנו שולחים לך דרישת שלום ומאחלים לך כל טוב.

מלכה.


ווילנע דעם 23 יוני 1939
טײַערער וועלפֿקע!

כ’בין באלאׇדנט מיט אַרבעט! עסן דרײַ מאׇל א טאׇג, אַרומגיין שפּאַצירן,
ברענען זיך אויף דער זון, אויסהערן נודנע וויצן, ווען ס’וואׇלט מיר נאׇך צוגעקומען
אַ גוטער פּאׇסטן, וואׇלט גאׇר נישט געווען אויס צוהאַלטן. און איצטער אׇן שרייבן דיר אַ
בריוו איינ מאׇל אין 2 חדשים, דאַן וועל איך שוין מוזן אַרבעטן איבער 2.5 ער שעהן, און דאׇס איז אַ
קנאַפּער מאכל. ווײַל אונזער “גלותדיקע” זון סמאַליעט, אַז ס’רויכערט זיך כאַפּ איך זיך
טאַקע אַרויס צו דער וויליע, נעבן דעם רודער סטאַציע פֿון “מכּבי”. לערנט מען זיך
דאׇרטן אויס… לויפֿן, אַז די האַרץ פֿאַרגייט. כ’טו זיך אויס, שטיי אין די טרוסיקעס,
ערשט מ’קלאַפּט טרעוואׇגע – דער שׂונא שטייט ביי די טויערן – אַ גראׇבער גוי
מיט ווײַסער היטל האׇט זיך געוויזן, אין גאׇרניט אויפֿן האׇריזאׇנט נאׇר
טאַקע נעבן אונדז. האׇט מײַנער געכאַפּט די הוייזן מיט די שיך –
און כ’האׇב געמאַכט אַ טרענינג אין לויפֿן – דאׇס איז פֿיזקולטור אונטער
דער רעזשי פֿון אַ ווייסינקן שטעקעלע…
מיט די קורסן איז שלוס. דערגרייכט דער ציל, באַקומען פֿון אונדז די פּאׇר גראׇשן
און געענדיקט די שפּיל. די טראַדיציע האׇב איך ניט פֿאַרשעמט. מײַן 5 באַקומען.
אׇבער צו אַרבעט האׇט דאׇס ניט. דאׇס איז אַ זאַך וואׇס הענגט אׇפּ
פֿון גאׇט און פֿון כוואׇלעסן, און דאׇס זײַנען אַ פּאׇר שווערע פּאַסאַזשירן.
מײַן שוועסטער איז נאׇך מסתּמא בײַ דיר ניט געווען. איך רעכן אַז זי
וועט זײַן, אויב דו האׇסט חשק, כאַפ זיך אַראׇפּ צו איר. אׇבער דאׇס
מוז געהערן ניט צו די זיכערע אונטערנעמונגען אַז איר מאַכט דאׇרטן אַזעלכע
אַוואַנטורעס. איר מאַכט דאׇך אַ תּל פֿין מײַנע אַראַבער. איין זאַך דאַרפֿסטו
פּועלן בײַ די “נאַציאׇנאַלע ריטער” זיי זאׇלן כאׇטש איבערלאׇזן איין אַראַבער אַלס
מוזיי עקזעמפּלאַר.

זײַ מיר געזונט און שטאַרק. שרײַב מיר אַ באַזונדערע בריוו, און וועגן
די ענינים וועלכע קענען מיר אינטערעסירן. אײַנפֿלוסן פֿון געזעלשאפֿטלעך פּאׇליטישע
גרופּירונגען אויף דער ייִדישער גאַס און דער אַראַבישער גאַס! דאַן וועגן דיר. וואס איז בײַ
רבקהן? אַ גרוס איר פֿון מיר.

דײַן נחום


וועלווקע!
ערשטנס וואׇס איך וועל דיר אׇנשרײַבן איז אַז דו ביסט אַ חזיר. ווי קומסטו זיך דאׇס
ניט אײַן געזעגענען, כ’ווייס טאַקע, אז דו ביסט זייער שטאַרק פֿאַרנומען
אׇבער פֿונדעסטוועגן האׇסטו געמעגט געפֿינען אַ ביסל צײַט אַרײַנצוכאַפּן זיך
נאׇר פֿאַרפֿאַלן. וואׇס דיר צו שרײַבן ווייס איך אַליין ניט, ווײַל קיין זאַך
האׇט זיך כמעט ניט געענדערט. דערפֿאַר, בײַ דיר גלויב איך אַז פֿאַראַן
אויך ניט. רעכן איך ווען דו וועסט שרײַבן צו אַלעמען וועסטו מיר אויך
אׇנשרײַבן. דערווײַל זײַ געזונט. איך און אַלע אונדזערע שטוביקע
גריסן דיר און ווינטשן דיר אַל דאׇס גוטס.

מלכה.

Comments