ורסס מזמין את רבקה לירושלים


תרגום
נאוה ליטבק, בעריכתי
17/7/1940
ערב טוב, רבקה!
סוף כל סוף נזכרתי גם בך. בחודשים האחרונים טרחתי בהנאה רבה על עבודתי ב”מקדש הלמדנות”. הייתי צריך להכין כמה עבודות רציניות, כמה מאמרים לדפוס ועוד כיוצא באלה שטויות מסוג זה. השבוע בנוסף לכך עברתי מבחן בפדגוגיה ובשבוע הבא אני צריך להתכונן למבחן האחרון של סוף הקיץ. לכן עלה בדעתי להזמינך לירושלים לשבת הקרובה – בשעה שאני עדיין נהנה ממרווח נשימה. אני מתכוון בזה שאת לא צריכה לראות בהזמנה הזו צורת נימוס מקובלת שמסרבים לה בתשובה מאותו הסוג. ההזמנה שלי, כוונתה לומר שאני חופשי בשבת הקרובה ואני עומד לגמרי לרשותך. יש לך עוד די הרבה מה לראות בירושלים. בזמן ביקורך הקודם זה היה בלתי אפשרי בגלל ששרר אי-שקט. אם וולווקה יכופף לך את היד, תיקחי אותו אתך. הוא הבטיח לי באופן מפורש ביקור נוסף בזמן הקרוב. אם את עסוקה ביום שישי את יכולה לבוא בשבת בבוקר עם הרכבת. לפי שעה עדיין לא מפציצים אצלנו וצריך לנצל את ההזדמנות. אני מקבל מכתבים מרחל. כבר ארגנו את המסמכים שלה במוסקבה הודות למאמצים שלי כאן, אך לחזור לכאן עכשיו זה כמעט בלתי אפשרי ולא נותר אלא להצטייד בתקווה ובכושר עמידה. השורה התחתונה – בואי לירושלים בימים אלה. אם נוח לך יותר בשבוע הבא, כתבי לי.
דרישת שלום ידידותית,
מוּלקֶה
מקור
17/7/1940
גוטאׇוונט, ריווקע!
סוף כל סוף זיך דערמאׇנט אויך אׇן דיר. די לעצטע
חדשים האׇב איך גאַנץ געשמאַק ארײַנגעאַרבעט אין
דעם “טעמפּל פֿון דער וויסנשאַפֿט”. כ’האׇב געדאַרפֿט
צוגרייטן אייניקע ערנסטע אַרבעטן, עטלעכע אַרטיקלען
צום דרוק און נאׇך אַזעלכע נאַרישקײַטן פֿון דעם
סאׇרט. הײַנטיקע וואׇך האׇב איך נאׇך דערצו אׇפּ-
געגעבן אַן עקזאַמען פֿון פּעדאַגאׇגיע. און די
קומענדיקע וואׇך דאַרף מען זיך נעמען גרייטן צום
לעצטן עקזאַמען–סוף זומער. איז מיר דאַריבער אײַנגע-
פֿאַלן דיך אײַנלאַדן קיין ירושלים אויפֿן נאׇענסטן
שבּת – בעת איך האַלט נאׇך אין כאַפּן אַן אׇטעם-
פּויזע. כ’מיין דאַריבער אַז דו דאַרפֿסט די דאׇזיקע
פֿאַרבעטונג ניט זען אַלס אַ קאׇנווענציאׇנעלע העפֿלעכקייַט
פֿאׇרם וועלכע מען וואַרפֿט אׇפּ מיט אַן ענטפֿער פֿון
דעם זעלבן סאׇרט. מייַן פֿאַרבעטונג מיינט צו זאׇגן
אַז איך בין דעם נאׇענטסטן שבּת פֿרײַ און געפֿין זיך
אינגאַנצן צו דײַן דיספּאׇזיציע. ס’איז נאׇך פֿאַר דיר
פֿאַראֿן גאׇר אַ סך צו זען אין ירושלים. בעת דײַנע
פֿאׇריקע באַזוכן איז עס געווען אוממעגלעך צוליב די
אומרוען. אויב וועלווקע וועט זיך דיר אונטערדרייען אונטען
האַנט, נעם אים אויך מיט. ער האׇט מיר בפֿירוש
צוגעזאׇגט אַ צווייטן וויזיט אין דער נאׇענטער צײַט.
אויב דו ביסט פֿרייַטאׇג פֿאַרנומען – קענסטו קומען שבּת
אינדערפֿרי מיט דער באַן. בײַ אונדז באׇמבאַרדירט מען
נאׇך ניט דערווײַל – און מען דאַרף אויסנוצן די
געלעגנהײַט. פֿון רחלען באַקום איך בריוו. אירע
דאׇקומענטן זײַנען שוין דערליידיקט געוואׇרן אין מאׇסקווע
אַ דאַנק מײַנע באַמיאונגען דאׇ, נאׇר צוריקקומען אַהער
איז איצט כמעט ווי אַן אוממעגלעכקייט – און ס’בלײַבט
זיך באַוואׇפֿענען מיט האׇפֿענונג און אויסדויער.
די אונטערשטע שורה – קום אַראׇפּ קיין ירושלים די
טעג. אויב דיר איז באַקוועמער אויף דער צווייטער
וואׇך, שרײַב מיר אׇן. מיט חברישע גרוסן –
מולקע
Comments