ורסס נאבק בדוקטורט חמש שנים


תרגום
נאוה ליטבק, בעריכתי
ירושלים.
ערב טוב לכם!
בשעה שאני יושב כך ומחטט בניירותי עלה בראשי רעיון “גאוני” לכתוב לכם כמה מילים. אני מקווה שאולי גם בראשכם יעלה מין רעיון כזה בעתיד הקרוב. בזמנים אלו לא כדאי לדחות את הכתיבה כיוון שלא תמיד הדואר שלנו ב”ארץ האבות” מוכן להעביר את מכתבינו. אבל לא זו היתה כוונתי – אומר מנדלה מוכר ספרים. (בתרגום העברי הוא קורא לזה “ונחזור לענינינו”.) פשוט נזכרתי שהביקור האחרון שלי אצלכם היה בדיוק לפני שנה. מעין יום השנה… אני דוחה בכל פעם את הנסיעה לתל-אביב ולא תמיד עירכם מוכנה לפתוח את השערים. בינתיים איני יכול עדיין להיחלץ מהר הניירות של עבודת הדיסרטציה העתידית שלי. התאזרו בסבלנות, הפעם, אם ירצה השם, אסיים אותה. על פי תכנית החומש שלי (אכן בקרוב תעבורנה 5 שנים מאז אני עסוק בצרה הזו [ששלח לי] שמו יתברך שנקראת דוקטורט.) הייתי אמור לסיים אותו עד פסח, אך הנסיון להקים מעין גטו על אדמת ירושלים ממש הוציא אותי מן הכלים ושבוע של עבודה פרודוקטיבית הלך לי לאיבוד. אני מתגורר עכשיו בשכונה שהוטל עליה “מצב צבאי”, רק לפני יומיים החלו לנשום פה לרווחה. אל תתלהבו כל כך מהר, גם עכשיו אנחנו יושבים בבית החל משש בערב. קשה לעכל כל כך הרבה חופש בבת אחת. מדברי נובע שכנראה כל הפסח אעבור מסלול ייסורים עד שאסיים את עבודתי, אך הפעם היא תסתיים. אני לא אומר סתם דברים בעלמא. הייתי אצל העלמה דבורה ורסס בשבוע שעבר. היא מאד מוצלחת ומפותחת היטב ומחכה ככל הנראה לדוקטורט שלי.
מה נשמע אצלכם? מה שלום קניגסברג הבן? כתבו ואל תגרמו לי להתחנן. ובינתיים היו בריאים וחזקים.
מולקה.
מקור
ירושלים.
גוטנאׇוונט אײַך!
זיצנדיק אַזוי און גריבלענדיק זיך
אין מײַנע פּאַפּירן איז מיר
סתם אײַנגעפֿאַלן אַ “געניאַלער” געדאַנק
אׇנשרײַבן אײַך אַ פּאׇר ווערטער.
איך האׇף אַז אפֿשר וועט אײַך אויך
אײַנפֿאַלן אין דער נאׇענסטער צוקונפֿט
אַזאַ מין סאׇרט געדאַנק. הײַנטיקע צײַטן
איז ניט כּדאי אׇפּלייגן מיטן שרײַבן
ווײַל ניט שטענדיק איז אונדזער
פּאׇסט אין “לאַנד פֿון די אבות”
גרייט אַריבערפֿירן אונדזער בריוו.
נאׇר ניט דאׇס בין
אויך אויסן – זאׇגט מענדעלע מוכר ספרים.
(אין דער העברעישער איבערזעצונג
2
הייסט עס בייַ אים “ונחזור לענינינו”.)
איך האׇב זיך פּשוט דערמאׇנט
אז מײַן לעצטער וויזיט בײַ אײַך
איז געווען פּונקט מיט אַ יאׇר צוריק.
אַ מין יוביליי… כ’לייג אׇפּ יעדן מאׇל
מיטן פֿאׇרן קײַן תל-אביב און
ניט שטענדיק איז אײַער שטאׇט גרייט
צו עפֿענען די טויערן. דערווײַל קען
איך נאׇך ניט אַרויסקריכן פֿון די
בערג פּאַפּירן פֿון מײַן צוקונפֿטיקער
דיסערטאַציע-אַרבעט. האׇט געדולד,
דאׇס מאׇל וועל איך עס אם-
ירצה-השם ענדיקן. לויט מײַן
“פֿינפֿיאׇר פּלאַן” (טאַקע באַלד פֿינף יאׇר
אַז איך פֿלעג זיך אַרום
3
דער דאׇזיקער אׇנשיקעניש פֿון זײַן
ליבן נאׇמען וואס הייסט “דאׇקטאׇראַט”)
האׇב איך עס געזאׇלט ענדיקן פּונקט
ביז פסח. נאׇר דער פּרוּוו אויפֿצו-
שטעלן אַ מין געטאׇ אויפֿן ירושלימער
באׇדן האׇט מיך ממש ארויסגעפֿירט
פֿון די כּלים און אַ וואׇך צײַט
פּראׇדוקטיווע אַרבעט איז מיר געגאַנגען
לאיבוד. ( איך וואוין איצט אין דער
געגנט וואו ס’איז געווען דער “מצב
צבאי”) ערשט צוויי טעג אז מען
האׇט דאׇ פֿרײַער אׇפּגעאׇטעמט. כאַפּט זיך
ניט, איצט זיצן מיר אויך אינדערהיים
פֿון זעקס אינאׇוונט. אַזוי פֿיל פֿרײַהײַט
מיט אײַן מאׇל איז שווער צו
פאַרדײַען. היוצא מדברינו,
איך וועל שוין ווײַזט אויס פֿאַרשוואַרצט
ווערן אויך דעם גאַנצן פּסח מיטן
ענדיקן מײַן ארבעט.
4
נאׇר דאׇס מאׇל וועט עס זײַן
געענדיקט. איך רייד ניט סתם אין
דער וועלט אַרייַן. Z בײַ פֿרייַלן דבורה
ווערסעס בין איך געווען פֿאׇריקע וואׇך.
זי איז זייער געראׇטן און אַנטוויקלט
זיך גוט. אויך זי וואַרט ווײַזט אויס
אויף מײַן דאׇקטאׇראַט…
וואׇס הערט זיך בײַ אײַך. וואׇס
מאַכט קעניגסבערג יוניאׇר?
שרײַבט און לאׇזט זיך ניט בעטן
און דערווײַל פֿאַרבלײַבט
געזונט און שטאַרק.
מולקע
Comments