ורסס מגלה את ממדי החורבן
וולף ודובה פופקו נרצחו בראשית יולי 1944 עם חיסול מחנה ה.ק.פ. חודש מאוחר יותר נולד נכדם הראשון בתל־אביב. ורסס קושר במכתב שמוצג כאן בין שני האירועים, ממש כמו שסופר במיתולוגיה המשפחתית.
טרם הצלחתי למצוא בארכיון “הארץ” את הכתבה על חורבן וילנה שאליה מתייחס ורסס. אשמח לעזרה.
תרגום - גוגל, בעריכתי
רבקה ו־וולוול היקרים,
החדשות הטובות על לידת בנכם שימחו אותי מאוד. דווקא בעולם ההרס וההשמדה של היום, טוב לשמוע על ניצוץ של חיים חדשים. מסרו את ברכותיי הלבביות לרך הנולד ואת משאלתי שיזכה לחיות בעולם טוב יותר משלי. אני מקווה שתחנכו אותו במסורת הווילנאית שלנו, במובן הטוב של המילה, שיגדל להיות וילנאי אמתי.
יקיריי, אני כותב לכם כעת תחת הרושם מהכתבה על וילנה שנדפסה היום ב”הארץ”. בלב הולם קראתי את בשורות-האיוב על חורבן ורצח ועל יחידים שניצלו והכל נראה לי כל כך נורא, מקרוב. חשבתי שאני מסתובב ברחובות וילנה בין קברים…
יש לי חשק לרדת אליך, אבל כשאבצע זאת תעקוב אחרי חבורה. אני עסוק מאוד, בעיקר בשבועות האחרונים. בשבוע הבא אעביר הרצאות וקורסים, אבל לא אוכל להישאר בתל אביב. אתמול חגגתי יום הולדת לבתי, והיום יש לי אזכרה…
בכל אופן, אני אהיה איתך בהזדמנות הראשונה. כתבי כמה מילים. ותהיי בריאה וחזקה.
מולקע
מקור
ירושלים 27 סעפטעמבער, 1944, JERUSALEM
טייערע רבקה און וועלווקע,
די פריילעכע ידיעה וועגן געבורט פון אייער זונעלע האט מיר פארשאפט א סך נחת-רוח. דווקא אין דער היינטיקער וועלט פון אומקום און פארניכטונג איז גוט צו הערן וועגן דאס שפראצן פון א ניי לעבן. גיט איבער מיינע הארציקע גרוסן דעם ניי-געבארענעם און מיינע וואונטשן אז ער זאל זוכה זיין צו לעבן אין א בעסערער וועלט ווי מיר. איך האף אז איר וועט אים דערציען אין אונדזערע ווילנער טראדיציעט אין גוטן זין פון ווארט, ער זאל אויס-וואקסן אן אמתער ווילנער.
מיינע טייערע, איך שרייב איצט צו אייך אונטערן רושם פון די קארעספונדענציעס פון ווילנע וואס האבן זיך היינט אפגעדרוקט אין “הארץ”. מיט הארצקלאפעניש האב איך געלייענט די איוב-בשורות וועגן חורבן און מערדעריי און אויך וועגן יחידים וואס האבן זיך געראטעוועט און אלץ איז פאר מיר דערשינען אזוי אימהדיק, פון נאענטן. ס’האט זיך מיר געדאכט אז איך בלאנדזשע ארום איבער די ווילנער גאסן צווישן קברים…
כ’האב שטארק חשק זיך אראפכאפן צו אייך, נאר דורכפירן דאס איז פאלג מיך א גאנג. כ’בין שטארק פארנומען בעיקר די לעצטע וואכן. די קומענדיקע וואך פאר איך ארויס אויף רעפעראטן און קורסן, אבער כ’וועל זיך ניט קענען אפשטעלן אין תל-אביב. נעכטן האב איך געפראוועט דעם געבורטסטאג פון מיין טעכטערל און היינט האב איך יארצייט…
פונדעסטוועגן וועל איך זיך באמיען זיין ביי אייך ביי דער ערשטער געלעגנהייט. שרייבט אן א פאר ווערטער. און זייט זשע מיר געזונט און שטארק.
מולקע.
Comments