טרם תורגם - מירהלה לא מקבלת מכתבים בלייפהיים 1946-04-08


תרגום
1946-04-08
רבקה יקרה.
רבקה יקרה, המילה הראשונה שבה אפתח את המכתב היא השאלה: מה נשמע איתך? מה שלומך? איך מרגישים ישראליקל ו־וולוול ומה עושים השאר? אצלנו הכל עדיין כפי שהיה. אני מרגישה טוב, אימא נחלשה. אנחנו נמצאות במחנה אונררא באזור האמריקאי בכפר גרמני קטן שנקרא לייפהיים. חנהלה והירשלה בדרכם אלינו. בקרוב הם יגיעו אלינו.
מקור
I
1946-04-08
טײַערע ריװעלע.
טײערע ריװעלע, דאָס ערשטע מיט װעלכע װעארטער איך הײב אָן דעם
בריװ איז די פראגע: װאָס הערט זיך בײַ דיר? װאָס מאכסטו אין געזונט
װי שפירן זיך ישראליקל און װעלװל און װאָס מאכן די איבעריקע.
בײַ אונדז װידער איז דאָס אלטע אלץ װי געװען, איך שפיר זיך
געזונט, די מאמע שוין אָפגעשװאכט, מיר געפינען זיך אין אונררא
לאגער אויף דער אמעריקאנער זאָזע אין א דײַטשיש דערפל װאָס
הײסט לײַפהײַם. חאנעלע און הירשעלע זיַנען אויפן װעג צו אונדז.
זײ װעלן אינגיכן אָנקומען צו אונדז. דעם סעכאקל פון אונדזער
משפחה װײסטו שוין געװיס. אָבער דאָך, טאָר מען דעם האָפענונג
ניט פארלירן. זיכר נאָך װען װעלן מיר זײַן צוזאמען אזוי אז
מען דארף האָפן.
איך געפין זיך אין קיבוץ “דרור” װעלכער ארציט דעם יוגנט
צום קיבוץ “המאוחד” אין “ארץ-ישראל”. איך קען נאָך עולה זײַן
מיט דער קינדער עליה, נאָך איך קען דאָס ניט טאָן, דער שװאכער
מאמען אלײן קען איך ניט איבערלאָזן און צוליב דעם מוז איך זיך
װענגן צו דיר מיט א בקשה דו זאָלסט זיך פארינטערעסירן,
מיט מיר נאָך א האלבע צרה נאָך דעראיקער מיט דער מאמען
און ארויסשיקן “תעודת־עליה”. איך רעבן אז שװער װעט דאָס
אזוי ניט אנקומען װײַל מיר זיַנען פאָרט געװען אין ארץ.
איך רעכן אז דאָס װעט דיר געלינגען. װײַל מײַנע בעקאנטע
האָט מען ארויסגעשיקט תעודות עליה, און זײ זײַ זײַנען ניט
געװען אין ארץ און דעריבער בעט איך דיר זײער מיר דאָס
II
צו ענליידיקן. איך רעכן אז פירון און פרוי באביצקי װעלן
גערן העלפן אין דער זאך. איך גריס און קוש אלעמען
הארציק טויזנטער מאָל פון װײַט און דעם ערשטן ישראליקלן
איך רעכן אז דאָס װעסט ערליידיקן און מיר װעלן זיך אלע
צוזאמען טאעפן.
די מאמע גריסט און קושט אלעמען
הארציק נאָר ס’ריז א גרויסער שאָדן זי
געפינט זיך איצטער איצטער אין סאנאטאָריע.
מיט דערמיט ענדיק איך מײַן בריװ.
שלום! “להתראות בקרוב”!
מײַן אדרעס איז
Leipheim
UNRAA TEAM.165
Blok N. 16.
שרײַב אָן אן ענטפער
ריװעלע איך װעל דיר בעטן װאָס מער שרײַבן בריװ,
װײַל איך שרײַב דיר זײער אָפט, איך האָב שױן געשיקט
דעם 23 ברװ און קײַן ענטפער האָב איך ניט באקומען
אפילו א פאָטאָגראפיע האָב איך דיר אױך געשיקט
נאָר קײַן אײן ענטפער האָב איך אױף דאָס אלץ
ניט באקומען. שרײַב מיר בריװ דורך שי חילים
װעלכע פאָרן אין אונדזערע קאנטן.
איך און די מאמען קושן און גריס אלעמען.
שלום! “להתראות בקרוב”!
פון דײַן שװעסטערקינד מרים אייזנפלד.
Comments