נראה שבתו היא דבורה אלרן, שנפטרה לא מזמן. נראה שהוא לא גידל אותה, אלא פגש אותה רק פעם בשבוע.

תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

ירושלים 26/6/47
גוטנאׇוונט אײַך שײַנע טײַערע!
צום באַדויערן בין איך נאׇך אַלץ
אַרײַנגעטאׇן אין מײַן “אַרבעט” און כ’קען זיך
ניט אׇפּרײַסן אויף אַ רגע. די צײַט לויפֿט
משוגענערווײַז און יעדן מאׇל מוז מען איבעררוקן
דעם ווײַזער פֿונם זייגער, ד.ה.
אומבײַטן דעם ענטגילטיקן טערמין ווען איך
וועל פּטור ווערן פֿון אׇט דער אׇנשיקעניש
וואׇס רופֿט זיך “דאׇקטאׇראַט”. איצט איז
בײַ מיר אַ דאׇפּלטע בהלה. איך מוז ענדיקן
במשך פֿון דער נאׇענטער וואׇך, ווײַל זונטאׇג
דעם 6-טן יולי פֿאׇר איך אַרויס קײַן קפריסין
(ציפֿערן) אויף עטלעכע חדשים. דער
בית-הנוער אׇרגאַניזירט דאׇרט קורסן
פֿאַר יוגנטלעכע צווישן די מעפּילים וואׇס
זײַנען דאׇרט פֿאַרוואַנגלט געוואׇרן. און איך בין
אײַנער פֿון די לערערס און גײַסטיקע דערציער.
לויט מײַן פּלאַן רעכן איך אַרויספֿאׇרן פֿון
ירושלים דעם קומענדיקן פֿרײַטאׇג, דורך
תל-אביב און זיך אַרײַנכאַפן צו אײַך, און
נאׇכדעם פֿאׇרן צו דער טאׇכטער אויף
שבת, נאׇר איך האׇב שטאַרק מורא אַז
איך וועל ניט מצליח זײַן דאׇס אויסצופֿירן און
וועל שוין ווײַזט אויס מוזן פֿאׇרן גלײַך פֿון
ירושלים קיין חיפה. איך וועל נאׇך פּרוּוון
זײַן בײַ אײַך פֿודענסטוועגן. ס’איז נאׇר אׇפּהענגיק
אויב איך וועל ענדיקן ביז פֿרײַטאׇג. משונהדיק
אַביסל, פֿריער האׇט זיך דער ענין געצויגן
יאׇרן און חדשים און איצט פֿעלט מיר אויס
נאׇר טעג און שעהן.
רבקה פֿון דײַן בריוו האׇב איך
פֿאַרשטאַנען אַז דײַן דודה געפֿינט
זיך אין קפריסין. (אפשר איז זי שוין
דערווײַל געקומען?) כ’וועל פֿאַרשטייט
זיך קענען איר אׇפּגעבן אַ גרוס און
עפּעס איבערגעבן. איך דאַרף נאׇר
וויסן איר אַדרעס. שרײַב מיר גלײַך
און לייג ניט אׇפּ. איך וועל זײַן אין ירושלים
ביז פרײַטיק אׇדער זונטיק אינדערפֿרי (דעם 6טן).
איך גרוס אײַך אַלעמען הערצלעך.
אַ גרוס פֿון מײַן טאׇכטער. מיר האׇבן זיך
פֿאׇטאׇגראַפֿירט, נאׇר איך בין אַזוי באַלאׇדן
מיט אַרבעט אַז איך האׇב נאׇך
ניט אׇפּגענומען די פֿאׇטאׇגראַפֿיעס.
מולקע

מקור

ירושלים 26/6/47

ערב טוב לכם יפים, יקרים!

למרבה הצער אני עדיין שקוע ב”עבודתי” ואיני יכול להתנתק לרגע. הזמן רץ כמו משוגע ובכל פעם אני צריך להזיז את מחוגי השעון, זאת אומרת לשנות את המועד הסופי שבו אפטר מן הצרה שקוראים לה “דוקטורט”.

עכשיו יש לי חרדה כפולה. אני חייב לסיים במשך השבוע הקרוב כיוון שביום ראשון ה-6 ביולי אני נוסע לקפריסין למספר חודשים. בית הנוער מארגן שם קורסים לבני נוער מקרב המעפילים שהתגלגלו לשם ואני אחד המורים והמחנכים.

על פי התכנית שלי אני חושב ליסוע מירושלים ביום שישי הקרוב דרך תל-אביב ולקפוץ אליכם ואחר כך ליסוע לבתי לשבת, אך אני חושש מאד שלא אצליח לעשות זאת וכבר אצטרך, ככל הנראה, ליסוע מירושלים ישר לחיפה. למרות זאת אנסה להיות אצלכם. זה רק תלוי בשאלה אם אסיים עד יום שישי.

זה קצת משונה שקודם לכם העניין נמשך שנים וחדשים ועכשיו חסרים לי ימים ושעות.

רבקה, ממכתבך הבנתי שדודתך נמצאת בקפריסין (אולי היא כבר הגיעה בינתיים?) אני, כמובן, אוכל למסור דרישת שלום ולהעביר משהו, אך אני צריך לדעת את כתובתה. כתבי לי מייד ללא דיחוי. אני אהיה בירושלים עד יום ששי או יום ראשון בבוקר (ה-6 בחודש).

דרישת שלום חמה ממני ודרישת שלום מבתי. אנחנו הצטלמנו אך אני כל כך עמוס בעבודה כך שעדיין לא לקחתי את התמונות.

מולקה

Comments