סוניה טנצר מספרת על מחלתה ודורשת בשלום רבקה והנכדים


תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי
מונטריאול 10 בספטמבר 1985
רבקה ווולוול היקרים,
אני שמחה שאני כבר יכולה לקבל על עצמי לכתוב לכם מכתב קטן. עברתי מחלה מאד קשה. זה הגיע בהפתעה ונראה כמו התקררות ושיעול וזה נהיה כל פעם גרוע יותר ויותר. הלכתי לרופא וגם הרופאים לא יכלו לקבוע מה יש לי עד שהתחלתי להרגיש כל כך רע עם כאבים באזור החזה ולא יכולתי לנשום. לקחו אותי באמבולנס לבית החולים ולאחר 10 ימים לאחר שעברתי כל מיני בדיקות בכל יום בבית החולים קבעו הרופאים שאני חולה בפיברוזיס ריאתי אינטרסטיציאלי. במילים פשוטות זו נפיחות בריאות [שבגללה] לא יכולתי לנשום ו[רמת] החמצן בדם היתה מאד נמוכה. הרופאים אומרים שאני בת מזל שעברתי את זה והשיפור [במצבי] היה מהיר יחסית. אני עדיין מקבלת הרבה תרופות שהחשובה בהן קורטיזון. הייתי חודשיים בבית חולים ובבית הבראה ואני כבר חודש וחצי בבית. הרופאים אומרים שמצבי משתפר יפה ואני מקווה שיגיע היום וגם אהיה בן אדם.
כך, יקרים שלי, עברו עלי 4 חודשים. עכשיו, כשאני מרגישה טוב יותר, אני מאד רוצה לדעת מה נשמע אצלכם. כבר חצי שנה לא שמעתי מכם. אני רוצה לקוות שאת, רבקה, מרגישה טוב יותר. כל כך רציתי לקבל מכם מכתב [כדי לדעת] מה קורה אצלכם, האם עמיר כבר הולך לבית ספר ובאיזה סוג בית ספר, ואיך הוא השתלב, ואיך מתפתח גלעד. בקיצור אנחנו רוצים לדעת מה קורה אצלכם.
בערב ראש השנה אני רוצה לאחל לכם, יקרים שלי שנה של בריאות ואושר, שנה של שלום ויציבות בישראל. תהיו בריאים, יקרים שלי, דרישות שלום חמות ומיטב האיחולים מלייבל והילדים. אני מחבקת את כולכם. שלכם סוניה.
נ.ב. כשתראו את מירה קאצ’רגינסקי מסרו לה דרישת שלום חמה. אנחנו נזכרים בזמנים בהם בילינו יחד בנעימים.
מקור
מאנטרעאל דעם 10-טן סעפט. 1985
מײַנע טײערע רבקה און וולוול,
איך בין צופֿרידן אַז איך קען זיך שוין נעמען צום שרײַבן אײַך אַ בריוול.
איך האׇב דורכגעמאַכט אַ זייער שווערע קראַנקהײַט1 . דאׇס איז געקומען פׄלוצלונג,
האׇט אויסגעזען ווי אַ צוקילונג2 און הוסט און עס איז מיר וואׇס אַמאׇל געוואׇרן ערגער
און ערגער. איך בין געגאַנגען צום דאׇקטער און די דאׇקטוירים האׇבן אויך ניט געקענט
פֿעסטשטעלן וואׇס מיר איז ביז כ’האב אׇנגעהויבן פֿילן אַזוי שלעכט מיט ווייטיקן אַרום
בריסט און נישט געקענט אׇטעמען אַז מען האׇט מיר גענומען מיט אַן אַמבולאנס אין שפּיטאׇל
און נאׇך 10 טעג נאׇך דורכמאַכן פֿאַרשיידענע טעסטן יעדער טאג אין שפּיטאׇל האׇבן די דאׇקטוירים
פֿעסטגעשטעלט מײַן קראַנקהײט Interstital pulmonary fibrosis3. אין פּשוטע ווערטער
איז דאׇס א געשוואׇלנקײט אין די לונגען וואׇס איך האׇב ניט געקענט אׇטעמען און די אׇקסידזשן אין
בלוט איז געוואׇרן זייער נידעריק. די דאׇקטוירים זאׇגן עס אַז איך בין אַ מזלדיקע אַז
איך האׇב דאׇס דורכגעמאַכט און פֿאַרהעלטנסמעסיק4 גיך געקומען די פֿאַרבעסערונג. איך בין נאׇך אַלץ
אויף אַ סך מעדיצינען, די וויכטיקסטע קאׇרטיזאׇן. איך בין געווען בײַ 2 חדשים אין שפּיטאׇל און
קאׇנוואַלעסן הייז5 (קאנוואלעסצענט) און איך בין שוין ½1 מאנאט אין דער היים. די דאׇקטוירים זאׇגן אַז איך גיי אׇן
פֿייַן און איך האׇף אַז איך וועל נאׇך זײַן אַ שטיקל מענטש אויך. אַזוי מײַנע טײַערע זײַנען אַריבער-
געגאַנגען בײַ מיר 4 שווערע חדשים. איצט אַז איך פֿיל זיך בעסער וויל איך זייער וויסן וואׇס עס
הערט זיך בײַ אײַך? איך האׇב שוין אַ האַלב יאׇר פֿון אײַך ניט געהערט. איך וויל האׇפֿן אַז דו,
טײַערע ריבקה פֿילסט זיך בעסער. כ’וואׇלט אַזוי געוואׇלט האׇבן אַ בריוול פֿון אײַך ווי איר גייט
אַלע אׇן? צי גייט שוין עמיר אין שול? און אין וועלכן טיפּ שול? און ווי האׇט ער זיך אַרײַנגעפּאַסט.
ווי אנטוויקלט זיך גלעד? הכלל מיר ווילן וויסן ווי איר גייט אַלע אׇן? אַזוי ווי עס איז
ערב ראש השנה וויל איך אײַך וווּנטשן מײַנע טײַערע אַ געזונט און גליקלעכן יאׇר.
אַ יאׇר פֿון שלום און סטאַבילקייט אין ישראל. זײַט געזונט מײַנע טײַערע, האַרציקע גרוסן
און בעסטע וווּנטשן פֿון לייבלען און די קינדער. איך נעם אײַך אלעמען אַרום. אַײער סאׇניע.
P.S. אַז איר וועט זען מירע קאַטשערגינסקי גריסט איר האַרציק. מיר דערמאׇנען אויך/אייך
די צײַט ווען מיר האׇבן אַזוי אנגענעם6 פֿאַרבראַכט צוזאַמען.
Comments