מכתב ניחומים מלוס-אנגלס
סבתא רבקה נפטרה ב-1986-06-10. כחודשיים לאחר מכן נשלחה איגרת התנחומים מבני הזוג גורפיין. חותמת הדואר על המעטפה מקדימה ביומיים את התאריך על המכתב.






תרגום
ל. א. 86 – 13/8
וולוול יקר!
כשרחל פתחה את מכתבך ישבתי לידה ובקשתי כי תקרא את המכתב בקול רם. לא היתה לי סבלנות להמתין עד שהיא תסיים. היא הנידה בראשה כאומרת “לא” וישבה לקרוא לעצמה. כאשר נטלתי לבסוף את המכתב לידי והתחלתי לקרוא בעצמי הבנתי מדוע היא לא יכלה לקראו בקול. דמעות חנקו את גרונות [שנינו]. זה עצוב, זה מעיק וזה איום. אנחנו מאמינים לך, וולוול שאתה מרגיש לפתע בודד, חסר אונים ואומלל. שנינו הרי מאותו חדר1. גם אני ורחל נהיה בקרוב 50 שנה ביחד. ביחד גדלנו זיך געהאדעוועט, ביחד קיווניו לעולם טוב יותר ביחד נטלנו את מקל הנדודים ופעמיים יצאנו לעולם בלתי מוכר. רק נאמר לך וולוול שאתה הצריך להתנחם שתמיד עלה בידכם להיות ביחד.
2
לחמוק ביחד מן הקטסטרופה הנאצית, לבנות ביחד חיים, להקים משפחה חמה. כאשר אנו עצמנו היינו פעם נכדים לא הבנו איזה מקור של שמחה, אושר והנאה זה להיות מוקף ולחוש את החמימות של ילדים ונכדים טובים ומסורים. אנחנו בטוחים ומאושרים שגם רבקה חוותה את זה ונהנתה וחוותה עונג עם נכדיה בשנים המעיקות של מחלתה. נזכור אותה כפי שהיתה. תמיד דואגת לאחרים. תמיד מתעניינת בגורלם של אחרים והעיקר, תמיד במחשבה לא להטריח ולא למרר לאחר את החיים עם צרותיה. וולוול, אנחנו מבינים טוב מאד את אסונך. אנחנו מזדהים עם יאושך אך אתה חייב
3
חייב להמשיך את פילוסופיית החיים של רבקה: לא לתת לאף אחד להשתתף בצערך. זו צוואתה. כך היא חיתה וכך היתה רוצה שתמשיך. אנו נזכור אותה תמיד כפי שהיתה ותמיד נאהב אותה ונעריך את דמותה. תהיה חזק. בזקנתנו אנחנו כבר איננו גיבורים. אנחנו חייבים להתגבר ולשלוט בעצמנו. תהיה בריא וחזק.
דרישת שלום חמה לחנה’לה ומשפחתה. אנחנו מקווים להתראות עוד השנה. והעיקר שנהיה בריאים. דרישות שלום לכל מכרינו המשותפים. הבה נשמור על קשר.
דרישת שלום, מוׄניֶה
4
וולוול יקר, הפעם אני יכולה רק להסכים עם מילות הנחמה של של מוניה אליך ולקוות שתתרגל לגורלך. כתבת שדורית אמצה אותך בתור ילד חמישי. זה ודאי חשוב בזמן כה קשה. כל הכבוד להם. קבל את דאגתם לך ובוא לקראתם. עזור להם לשמור על המורל שלך. תהיה בריא וחזק.
להתראות רחל.
תמסור דרישת שלום חמה לחנה’לה. אנו נכתוב גם אליה.
מקור
ל. א. 86 – 13/8
ליבער וועלוול!
ווען רחל האׇט געעפֿנט דײַן בריוו און איך בין געזעסן
דערבײַ, האׇב איך זי געבעטן לייענען אין דער הויך. כ’האׇב
נישט געהאַט קײן געדולד צו וואַרטן ביז זי וועט ענדיקן.
זי האׇט געשאׇקלט מיטן קאׇפּ אויף “ניין” , און פֿאׇרגעזעצט
צו לייענען אין זיך.
ווען איך האׇב ענדלעך דעם בריוו גענומען אין
האַנט און אׇנגעהויבן צו לייענען אַליין, האׇב איך
פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואׇס זי האׇט נישט געקאׇנט לייענען
אין דער הויך. אונדז ביידן האׇבן די טרערן געשטיקט
אין האַלדז. עס איז טרויעריק, עס איז דער-
דריקנד און עס איז פֿינסטער. מיר גלויבן דיר,
וועלוול, מען דערפֿילט זיך פּלוצלינג אײַנזאַם,
אומבאַהאׇלפֿן און אומגליקלעך. מיר זײַנען ביידע
דאׇך פֿון איין חדר. אויך איך מיט רחלן זײַנען
צוזאַמען באַלד פֿופֿציק יאׇר. צוזאַמען זיך
געהאׇדעוועט, צוזאַמען געהאׇפֿט אויף אַ בעסערע
וועלט, צוזאַמען גענומען דעם וואַנדער-שטעקן
און זיך צוויי מאׇל געלאׇזט אין אַן אומבאַקאַנטע
וועלט אַרײַן. לאׇמיר נאׇר זאׇגן דיר, וועלוול, דו
דאַרפֿסט זיך טרייסטן מיט דעם וואׇס אייַך
2
איז שטענדיק געלונגען צו זײַן צוזאַמען. צוזאַמען
אויסצומײַדן די גרויסע נאַצישע קאַטאַסטראׇפֿע,
צוזאַמען בויען אַ לעבן, אויפֿצושטעלן אַ וואַרעמע
משפּחה. ווען מיר זײַנען אַמאׇל אַליין געווען
אייניקלעך, האׇבן מיר עס נישט פֿאַרשטאַנען, וואׇס
פֿאַר אַ קוואַל פֿון שמחה, גליק און פֿאַרגעניגן
עס איז צו זײַן אַרומגערינגלט און פֿילן
די וואַרעמקײַט פֿון גוטע און איבערגעגעבענע
קינדער און אייניקלעך. מיר זײַנען זיכער און גליקלעך
וואׇס אויך רבקה האׇט עס דורכגעלעבט און
הנאה געהאַט און זיך געקוויקט מיט אירע
אייניקלעך אין די שווערע און דערדרוקנדע יאׇרן
פֿון איר קראַנקײט. לאׇמיר אַלע זי געדענקען
ווי זי איז געווען. שטענדיק זאׇרגעוודיק
פֿאַר אַנדערע. שטענדיק פֿאראינטערעסירט
מיטן גורל פֿון אַנדערע און דער עיקר
שטענדיק מיטן געדאַנק נישט צו באַלעסטיקן
און נישט צו פֿאֿרביטערן יענעמס לעבן מיט
אירע צרות.
וועלוול, מיר פֿארשטייען זייער גוט דײַן אומגליק.
מיר לעבן מיט דײַן פֿאַרצווייַפֿלונג אׇבער
3
דו מוזט ממשיך זײַן רבקהס לעבנס-פֿילוזאׇפֿיע: נישט
לאׇזן קײנעם מיטלייַדן מיט דיר. דאׇס וואׇלט
געווען איר צוואה. אַזוי הׇאט זי געלעבט
און אַזוי וואׇלט זי וועלן, דו זאׇלסט ממשיך זײַן.
מיר וועלן אַלעמאׇל זי געדענקען אַזוי ווי זי
איז געווען און אַלעמעל ליב האׇבן זי און
שעצן פֿאַר איר כאַראַקטער. שטאַרק זיך
אׇן. אין דער עלטער זײַנען מיר שוין אַלע “אויס” העלדן.
מיר מוזן זיך באַהערשן און זיך קאׇנען קאׇנטראׇלירן
זײַ געזונט און שטאַרק
האַרציקע גערוסן פֿאר חנהלען און איר משפּחה.
מיר האׇפֿן זיך נאׇך הייַ-יאׇר צו זען. דער
עיקר נאׇר – מיר זאׇלן זײַן געזונט.
גרוסן פֿאר אַלע אונדזערע שותפים/שותפישע
באַקאַנטע. לאׇמיר אׇנהאַלטן דעם קאׇנטאַקט.
מיט גערוס
מאׇניע
4
ליבער וועלוול,
הײַנטיקס מאׇל קען איך נאׇר צושטימען
מיט מאׇניעס טרײַסט ווערטער צו דיר און האׇפֿן
אַז דו וועסט זיך צוגעוווינען צו דײַן גורל.
דו האׇסט געשריבן, אַז דורית האׇט דיר
אַדאׇפּטירט פֿאַר א 5טן קינד. דאׇס איז זיכער
וויכטיק אין אַזאַ שווערער צײַט, אַ ייִשר-כּח זיי.
נעם אׇן זייער זאׇרג פֿאַר דיר, און קום זיי
אַנטקעגן. העלף זיי אׇנהאַלטן דײַן מאׇראַל.
זייַ געזונט און שטאַרק זיך.
להתראות רחל.
גרוס האַרציק חנהלען, מיר וועלן אויך
צו איר אׇנשרײַבן.
Comments