סוניה טנצר נולדה ב-1913 בווילנה. היא שרדה את השואה, היגרה למונטריאול ומתה ב-2005. מסתבר שהיא היתה חברה של סבתא רבקה.

תרגום

וולוול היקר,

קיבלנו את מכתבך העצוב עם הידיעה האיומה שרבקה היקרה שלנו כבר איננה. אני יכולה לומר לך כמה קשה זה פגע בנו כשלמען האמת היתה לי תחושה רעה מאד. כתבתי לך כמה מכתבים אך לא קיבלתי כל תשובה. תחושה רעה כרסמה בתוכי אך הרחקתי מעצמי את המחשבה הזו והמשכתי לצפות למכתב ממך. למרבה הצער הדבר האיום הזה קרה. הכאב כל כך גדול שפשוט איני יכולה לאסוף את המחשבות ולמצוא את המילים המתאימות כדי לומר מה אנחנו מרגישים. רבקה היתה הקרובה הטובה ביותר והחברה היקרה ביותר שלי במשך כל שנות הלימודים. אפילו 40 שנה של פרֵדה לא גרעה דבר מן החברות שלנו. בביקורנו האחרון בישראל חברותנו עוד התחזקה. אני ולייבל נהגנו להזכיר לעיתים קרובות כל כך את הערבים היקרים שבילינו אתכם אצלכם בבית. אני מבינה טוב מאד מה עובר עליך, אך מאחלת לך שהזכרונות הטובים והנעימים ילוו אותך. היתה לך [נפש] קרובה יקרה. היו לכם חיים מאושרים ביחד. יש לך ילדים ונכדים יקרים שעוטפים אותך בכל כך הרבה אהבה ודאגה. עשה מאמץ להתחזק ואסוף כוחות כדי לעבור את הימים הקשים שבאו עליך.

אני מקווה לשמוע ממך.

היה בריא. מסור דרישת שלום חמה לילדיך היקרים

שלך סוניה

וולוול יקר,

קיבלנו את מכתבך הטראגי על רבקה עליה השלום. כבר מזה זמן רב היתה לנו תחושה מוקדמת מרה שהבלתי אפשרי לגבי כל אדם מגיע, כיוון שסוניה כתבה כמה מכתבים ולא קבלה תשובה. במקרים כאלה האֵלֶם הוא הביטוי היחיד למה שחשים. היינו ביחד לפני שנתיים כך שלא פלא שילדיך התפלאו שחברות יכולה להחזיק מעמד יובל שנים ולא רק מבלי להחלש אלא אולי אף [יכולה] להפוך עמוקה ועשירה יותר. וולוול היקר, המנהג היהודי לא להתנחם[??] במקרים כאלה הוא אנושי ביותר, אך טוב להרגיש שלא עוברים לבד חוויות קשות. הנחמה היחידה שאדם יכול וצריך למצוא היא בילדיו. הם הרי חלק משניכם ובהם טמון ההמשך הן שלך והן של רבקה, במיוחד שילדיכם הם ברמה כזו שזו זכות [גדולה] של ההורים. שהם וילדיהם יזכו לחיים ארוכים ובריאים. ולו למענם בלבד עליך להתחזק ולהמשיך הלאה כך שהם לא יצטרכו להצטער עוד יותר לאחר שאבדו את אמם. צר לנו שאנחנו כל כך רחוקים ואפילו לא יכולים לבוא לביתך, או אתה לביתנו, ולשתוק ביחד כמה ערבים.

היה בריא, דרישות שלום חמות לילדיך ונכדיך

שלך לייבל

מונטראול ה’ מנחם אב תשמ”ו
10 באוגוסט 1986

מקור

טייַערער וועלוול,
מיר האׇבן באַקומען דײַן טרויעריקן בריוו מיט דער שרעקלעכער ידיעה, אַז
אונדזער טײַערע ריבקה איז שוין ניטאׇ.
איך קען דיר גאׇרניט זאגן ווי שווער דאׇס האׇט אונדז געטראׇפֿן וואׇס אַן אמת
האׇב איך געהאַט אַ זייער שלעכטן געפֿיל. איך האׇב געשריבן אײַך עטלעכע בריוו
און נישט באַקומען קיין ענטפֿער. עס האׇט גענאׇגט אין מיר דער שלעכטער געפֿיל
אׇבער איך האׇב דעם געדאַנק ניט צוגעלאׇזן צו זיך, און אַלץ אויסגעקוקט
אויף אַ בריוו פֿון אײַך. צום באַדויערן איז דאׇס שרעקלעכע געשען. דער ווײטיק
איז אַזוי גרויס, אַז איך קען פּשוט ניט אויפֿנעמען די געדאַנקען
און געפֿינען די פּאַסיקע ווערט דיר צו זאׇגן וואׇס מיר פֿילן. ריבקה איז
געווען מײַן בעסטער פֿרײַנט און טײַערסטע חברטע פֿאַר די גאַנצע יאׇרן פֿון
שול. אַפֿילו די 40 יאׇר פֿון אונדזער צושיידונג1 האׇט גאׇרניט געמינערט
אין אונדזערע פֿרײַנדשאַפֿט. דער לעצטער באַזוך אונדזערער אין ישראל האׇט נאׇך
אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט פֿאַרשטאַרקט. איך מיט לייבלען פֿלעגן אַזוי אׇפֿט דערמאׇנען
די טײַערע אׇוונטן פֿאַרבראַכטע מיט אײַך ביידן בײַ אײַך אין הויז.
איך פֿאַרשטיי דיר זייער גוט וואׇס דו לעבסט איבער. זאׇל דיר אׇבער אַנטקעגן
קומען דאׇס גוטע און פֿײַנע וואׇס האׇסט צו דערמאׇנען.
האׇסט געהאַט א טײַערן פֿרײַנט. איר האׇט געהאַט אַ גליקלעך צוזאַמענלעבן, האׇסט
טײַערע קינדער און אייניקלעך וואׇס וואַרעמען דיר מיט אַזוי פֿיל ליבשאַפֿט און
זאׇרג. באַמי זיך צו שטאַרקן און האׇבן כּוח דורכמאַכן דײַנע שווערע טעג.
איך האׇף צו הערן פֿון דיר.
זײַ געזונט. גרוס האַרציק דײַנע טײַערע קינדער
דײַן סאׇניע

טײַערע וועלוול,
מיר האׇבן געקראׇגן דײַן טראַגישן בריוו וועגן רבקהן ע”ה.
מיר האׇבן פֿון אַ לאַנגער צײַט געהאַט אַ ביטערן פֿאׇרגעפֿיל,
אַז דאׇס טראַגיש אומפֿאַרמייגלעכע פֿאַר יעדן מענטש, קומט אׇן, ווײַל
סאׇניע האׇט געשריבן עטלעכע בריוו און קיין ענטפֿער נישט געקראׇגן.
אין אַזעלכע פֿאַלן איז די שטומקייט דער איינציקער אויסדרוק פֿון
דעם וואׇס מען פֿילט. פֿאַר דער צײַט מיר זײַנען געווען
צוזאַמען מיט צוויי יאׇר צוריק איז נישט קיין ווונדער וואס דײַנע
קינדער האׇבן זיך געוווּנדערט, וואׇס אַ פֿרײַנדשאַפֿט קאׇן אׇנהאַלטן אַ האַלבן
יאׇרהונדערט און נישט נאׇר נישט געמינערט ווערן נאׇר אפֿשר נאׇך
פֿאַרטיפֿטער און רייכער געוואׇרן. טײַערער וועלוול, דער ייִדישער
מנהג נישט צו טרײסטן אין אַזעלכע פֿאַלן איז אַ טיף
מענטשלעכער, עס גוט אׇבער דאׇס געפֿיל, אַז מען איז נישט אַליין
אין די שווערע איבערלעבונגען. דער איינציקער טרײסט וואׇס אַ מענטש
קאׇן און דאַרף געפֿינען איז אין די קינדער.זיי זײַנען דאׇך אַ טייל
פֿון אײַך ביידן און אין זיי איז דאׇ דער המשך סײַ פֿון דיר
סײַ פֿון רבקהן, בפֿרט אַז אײַערע קינדער זײַנען פֿון אַזא מדרגה
וואׇס עס אַ זכות פֿאַר עלטערן. זאׇלן זיי און זייַערע קינדער זײַן
אויף לאַנגע געזונטע יאׇרן. און צוליב זיי אַליין דאַרפֿסטו זיך
שטאַרקן און אׇנגיין אַזוי זיי זאׇלן נישט דאַרפֿן נאׇך מער זיך
מצער זײַן נאׇכן פֿאַרלירן זייער מאַמע.
מיר באַדויערן וואׇס מיר זענען אַזוי ווײַט און קענען אַפֿילו
נישט אַרייַנקומען אין דײַן הויז אׇדער דו צו אונדז און אׇפּשווײַגן
צוזאַמען עטלעכע אׇוונטן.
זײַ געזונט, האַרציקע גרוסן דײַנע קינדער
און אייניקלעך
דײַן לייבל

מאׇנטרעאׇל ה’ מנחם אב תשמ”ו
10טער אויגוסט 1986

Comments