וולף פופקו מחלים בדאצ’ה
תאריך לא ידוע
לא הבהרתי את תאריך המשלוח של המכתב הזה. רמז אחד הוא האזכור של 25 שנים: ייתכן מאז נישואיהם של וולף ודובה פופקו. המלחמה עוד לא החלה, ואפילו לא נרמזת. כך שמדובר לפני קיץ 1939. סבתא כבר בארץ, כך שהמכתב נשלח ודאי אחרי 1935, אבל לא השתמרו מכתבים אחרים ממשפחתה טרם 1939.


תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי
רבקה יקרה, שתהיי בריאה,
מה תחשבי לך שם! אני שוב בבית נופש, וכמו שאותו בעל המכולת בעיירה היה מסיק שכנראה מאן
דהוא אינו בקו הבריאות, כשילד קטן מהעיירה היה נכנס לקנות בייגלה, את עלולה לחשוב שכבר
עברו 25 שנה ואף פעם לא בילינו ולא יצאנו לנופש לכמה ימים ועתה אני מבלה כבר כמעט
10 ימים. את עלולה לחשוב שיש בזה משהו. בקשר לאמא שתהיה בריאה, את יכולה להניח שהיא
עושה מאמץ ומסתדרת לבד ובלבד שאהיה רחוק ממנה. את יכולה לחשוב, ואולי זה שכרי,
תודה לאל, שחייבים להסתדר כשנפטרים לזמן קצר מהבעל.
רבקה יקרה, תהיי בריאה ושלא תהיה לך עגמת נפש מכך שאנחנו יכולים להרשות לעצמנו לנפוש
מעט באופן קבוע.
אכן, בגלל העובדה שבמשך 25 שנה לא יכולנו להרשות לעצמנו לצאת לנופש אפילו למספר ימים
זה הפך עכשיו חיוני, אבל אנחנו בריאים. מקובל שזה נורמאלי שמזדקנים וגם נחלשים והדבר
שבשנים עברו התייחסנו אליו בביטול, בשנים מאוחרות אנו מקדישים לו מחשבה רבה יותר.
את זוכרת, הרי, שהיתה פעם שבת שבה היית בבית ופתאום התעוררה אצלי עווית מתחת
ללב. סבלתי במשך זמן מה והתגברתי. אותו הדבר קרה לי עכשיו והילדים הזעיקו רופא.
ראו באמצעות מכשיר ממה זה נובע וגילו שלאדם יש כבד ובכבד יש מרה ובמרה יש כיס
ולכיס יש דפנות ולדפנות יש מבנה מסוים אך מסיבות מסוימות, פעם בגלל מזון קר או שתייה
קרה או בגלל מזון שמנוני מתעבים הדפנות וזה גורם להתקף. לפיכך הורו לי להניח קומפרסים
מספר ימים, לשתות כמה בקבוקי מים ולנוח ימים אחדים אבל העיקר
ועכשיו אני יודע שאני בריא לחלוטין ואני כבר יודע איך להישמר
ולהימנע מהתקפים נוספים. רבקה יקרה כמובן שכל אדם צריך לעצור פעם ולשאול איפה הוא עומד.
זה הדבר היחיד שקרה לי. תהיי בריאה. הפעם אני כותב לך פחות על הבית. כיוון שאני בא
למספר ימים העירה אני לא מדווח לך. אני אדאג לכך שאמא, שתהיה בריאה, תיסע לכמה ימים או
שאסע שוב לבד כיוון שהזמן חולף ובינתיים אמא עדיין אינה מוכנה. לשיינעלע יש עבודה
נוספת והיא אינה באה יותר בשבת לביקור של שעות אחדות. יתכן שהיום אסע העירה ואשהה בה
ימים אחדים ואנסה להשפיע עליהן שייסעו כבר.
[כתב יד שונה בצבע שחור]
ריבה’לה היקרה! ודאי תתפלאי איך זה שהתחלתי פתאום לכתוב כאן. איני אשמה שאני צריכה
לתקן את ההרגל של אבא “שלי”. הוא שוכח, מסכן, את הסוף של המכתבים איפה שהוא במעון קיץ
והוא שולח לי את זה כדי שאני אשלח את זה בדואר. לפיכך אני כבר מסיימת הפעם.
דרישת שלום. שלך שיינקע.
[תוספת בצד]
אני אכתוב לך כבר בשבוע הבא.
מקור
טייַערע רבקה זאׇל געזונט זײַן,
וואׇס וועסטו דאׇרטן טראַכטן! איך בין דאׇך ווידער אויף דאַטשע
און ווי יענער קליין שטעטלדיקער קרעמער ווען אַ קינד פֿון אונדזער שטעטל
פֿלעגט אַרײַנגיין קויפֿן אַ בייגל האׇט פֿון דעם געדרונגען
אַז געוויס איז מען ווער ניט געזונט. קען דיר אויסקומען אויך
אַ טראַכט צו טאׇן אַז 25 יאׇר איז שוין פֿאַרבײַ און מען האׇט קיין
מאׇל ניט אׇפּגעריסן אויף אַ פּאׇר טעג זיך אׇפּרוען און ערשט
אׇפֿטער כמעט שוין אַ 10 טעג ווי איך פֿאַרברענג און
געוויס וועסטו טראַכטן אַז עפּעס איז אין דעם. וועגן
די מוטער זאׇל געזונט זײַן קענסטו טראַכטן אַז זי שטרענגט
זיך אׇן און זעט (זי וועט) אויסקומען אַליין נאׇר איך זאׇל זײַן ווײַטער פֿון
איר. קענסטו מיינען אפֿשר האׇב איך דאׇס אַזוי פֿאַרדינט אַז דאַנקען
ג’ (גאׇט) איז מען מחויב ווען מען וועט פּטור אויף אַ קורצע צײַט פֿון אַ מאַן.
טײַערע רבקה זאׇלסט זײַן געזונט און ניט האׇבן קיין עגמת נפֿש
פֿון דעם וואׇס מיר פֿאַרגינען זיך אַ ביסל זיך אׇפּרוען געוויינטלעך
טאַקע צוליב דעם וואׇס די גאַנצע 25 יאׇר האׇט מען זיך ניט פֿאַרגינען
אַפֿילו אויף אייניקע טעג. איז דאׇס געוואׇרן איצטער דרינגלעכער
אׇבער מיר זענען געזונט. געוויינטלעך ווערט מען עלטער אויך שוואַכער
און דאׇס וואׇס אין די פֿריערדיק צײַטן איז דאׇס אַלץ אַוועק מיט
אַ מאַך מיטן האַנט קומט אויס בײַ שפּעטערע יאׇרן מער זיך וועגן
דעם צו באַטראַכטן. דו געדענקסט דאׇך אַ מאׇל אַ שבת ווען דו ביסט
געווען אין שטוב און מיר האׇט געכאַפּט דרייען אונטערן האַרצן
איך האׇב אַ ווײַלע געליטן און איבערגעקומען. אַזאַ פֿאַל האׇט מיר געטראׇפֿן
איצטער און די קינדער האׇבן גערופֿן אַ דאׇקטער און מען האׇט דאׇס געזען
אין אַ מאַשין פֿון וואׇס דאׇס קומט און זיי האׇבן אויסגעפֿונען אַז אַ מענטש
האׇט אַ לעבער און אַ לעבער האׇט אַ גאַל און אַ גאַל געפֿונט זיך אין אַ זעקעלע
און דער זעקעלע האׇט ווענטלעך און די ווענטלעך האׇבן אַ באַשטימטן
אויסזען אׇבער פֿון געוויסע סיבות, אַ מאׇל פֿון די קאַלטע עסן אׇדער געטראַנקען
אׇדער פֿון די פֿעטע עסנס ווערן די ווענטלעך גרעבער און דורך דעם האׇט זיך
דער פּריפּאדאק ארויסגערופֿן. דעריבער האׇט מען מיר געבעטן מאַכן עטלעכע
טעג קאׇמפּרעסן, אַ פּאׇר פֿלעשן וואַסער צו טרינקען און אַ פּאׇר טעג זיך
אׇפּרוען אׇבער דער עיקר (מחוק) און איצטער (למעלה) ווייס איך אַז איך בין אַזוי פֿולקום געזונט
און איך ווייס שוין ווי צו זײַן פֿאַרהיט אויסצומײַדן ווײַטערדיקע
פּריפּאדקעס. טײַערע רבקה, געוויינטלעך מוז יעדער מענטש זיך אׇפּשטעלן
אַ מאׇל און אַ פֿרעג טאׇן וווּ ער האַלט און נאׇר דאׇס איז פֿאׇרגעקומען
בײַ מיר. זײַ געזונט. וועגן שטוב שרײַב איך דערצו פאר מאׇל ווינציג
ווײַל איך קום אַ פּאׇר טעג אין שטאׇט גיב איך דיך ניט אׇפּ קיין רעכענונג
און וויל דאׇס אַלץ ערליידיקן און זען די מוטער, זאׇל געזונט זײַן,
זאׇל זי פֿאׇרן אויף אַ פּאׇר טעג אׇדער אַליין ווידער פֿאׇרן ווײַל עס גייט
אַוועק די צײַט. נאׇר דערווײַל לאׇזט זיך נאׇך ניט ווירקען אויף די מוטער
זי איז נאׇך ניט צוגעגרייט. שיינעלע האׇט נאׇך אַרבעט און קומט מער נישט
אויף אַ פּאׇר שעה שבת. קען זײַן אַז הײַנט פֿאׇר איך צו אין שטאׇט און וועל
שוין זײַן אייניקע טעג און זען ווירקען אַז זיי זאׇלען שוין צופֿאׇרן.
(בשחור)
טײַערע ריוועלע! וועסט זיך אַוודאי וווּנדערן וווּ האׇב איך זיך גענומען אין מיטן
דערינען. אַזוי איך בין ניט שולדיק וואׇס איך מוז פֿאַרריכטן “מײַן” טאַטנס געוווינהייט.
ער פֿארגעסט נעבעך דעם ענדע פֿון בריוו ערגעץ אויף זומער וווינונג און מיר
שיקט ער דאׇס צו אׇפּשיקן. דעריבער ענדיק איך שוין הײַנטיקס מאׇל.
אַלע גרוסן דיר. דײַן שיינקע. איך וועל דיר שוין אׇנשרײַבן די קומענדע וואׇך.
(כתוב בצד)
אַלע גרוסן דיר אַ גוטן.
Comments