התאריך משוער (המלחמה התחילה, אבל יש עדיין קשר מכתבים עם וילנה) וכן מוזכר מכתב מהירש (כנראה פורודומינסקי, מתיאטרון מיידים). מוזכר גם עדכון מווילנה מתאריך 6/VI. יש גם עדכונים מנושאים שהוזכרו במכתב קודם משלמה

תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

וולוולה היקר!

בוקר טוב!

מי יודע מה חשבת עלי, אך סיבות שונות גרמו לכך שאחירתי לכתוב. הרבה דברים לא היו ברורים לי וכל יום ציפיתי לחדשות (שרציתי לחלוק אתך) ושנית אני שוקע במעגל [קסמים] של דאגות עד שאני נבלע בתוכו. במרוצת הזמן קיבלתי מווילנה עשרה מכתבים ולבסוף האחרון היה עם תוכן שכזה.

היחס לאוכלוסיה רע ולולא יראת הכבוד לקרובים של אבא היה עוד יותר גרוע. והם מצפים לאורחים (זה מה-6 ביוני) במרוצת הזמן היו קצת חדשות, שינויים.

בקשר לעניינים שלי הם כותבים: שאשאר במקום בו אני נמצא כי מי יודע איפה טוב יותר? הם קיבלו שאלת בירור בעניין הבקשה שלי. הם אישרו שאני הוא זה וזה, הם מסרו [העתק] תעודת לידה שהעידו בשבועה שהיא שלי, אך הם רוצים תעודה מקורית. איפה הם ימצאו תעודה כזו? כן, וגם תמצית מתוך מרשם התושבים שאומר היכן גרתי כל הזמן. עכשיו, לך ספר להם על כל החוויות שלי. אתה מבין?

גם מהירשל קיבלתי מכתב. אני שולח אותו אליך ואחרי שתקרא תשלח בחזרה. כן, אם אתה יכול ויש לך חשק תקפוץ לתל-אביב כי אני אהיה [שם] כנראה ביום שלישי או רביעי. אני גם אטייל ואכנס אל רבקה.

[מה קורה] אצלי? – עבדתי כמה שבועות. הנה עכשיו אני מחכה לנסוע בעזרת הפרוטקציונר שלי. באותה הזדמנות כשאהיה בתל-אביב אחקור בעניין זה.

כן, מה שאלת אותי? אני כבר לא זוכר.

ראיתי את וורסס. הוא יושב ודוגר. אם יהיה שקט, הוא מקווה, יקבל פרס חדש לאחר הקיץ. הוא קיבל מכתב מהבחורה שלו שכל הניירות מסודרים והיא קיבלה אותם. אז הוא מחכה למלכה.

ודבר אחרון, וולפקה, אם אין לך עבודה בוא אלינו. אולי אצלנו בטוח יותר, אם כי גם אצלנו אין מקלטים.

תמסור דרישת שלום לבני ביתך. מה קורה אצלך בעניין העבודה? ובעניין הנסיעה? איך והיכן אתה מבלה? מה כותבים לך מווילנה? אם יש לך חדשות כתוב!

תהיה בריא,
שלמה.

מקור

טייַערער וועלוועלע!
גוט מאׇרגן!
ווער ווייס וואׇס דו האׇסט געטראַכט וועגן מיר. נאׇר פֿאַרשיידענע
זײַנען די סיבות אין פֿאַרשפּעטיקן שרײַבן. אַ סך זאַכן
זײַנען געווען פֿאַר מיר ניט קלאׇר און יעדן טאׇג האׇב איך דערוואַרט
נײַעס. (אייך דיר עס געוואׇלט מיטיילן) און צווייטנס מען
ווערט אַרײַנגעצויגן אין אַ קרײַז פֿון אינטערעסן אַז מען
ווערט איינס מיט אַ זאַך. אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט האׇב איך
באַקומען פֿון ווילנע ביז אַ צען בריוו. און אין שלוס, דער
לעצטער איז מיט אַזאַ אינהאַלט. די באַציונג צו דער באַפֿעלקערונג
איז אַ שלעכטע און ווען ניט דער יראת הכבוד פֿאַרן טאַטנס
קרובים וואׇלט געווען נאׇך ערגער. און זיי דערוואַרטן געסט
(דאס איז פון VI/?) אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט איז געווען
א ביסל נײעס, ענדערונגען. וועגן מײַן אינטערעסן שרײַבן זיי:
אז איך זאׇל זיצן אויף אַן אׇרט ווײַל ווער ווײס ווו בעסער
איז? אַן אׇנפֿראַגע אויף מײַן ביטע האׇבן זייי באַקומען.
זיי האׇבן באַשטעטיקט אז איך בין דאׇס דער און דער,
זיי האׇבן צוגעשטעלט אַ געשוואׇרענע מעטרעקע, אׇבער זיי ווילן
אַן אמתע מעטרעקע. ווו זאׇלן זיי עס נעמען? יאׇ, און
אויך אַ אויסצוג פֿון מעלדונג בוך אווו איך האׇב געווינט
די גאַנצע צײַט. הײַנט גיי דערצייל זיי ועגן מײַנע אַלע
איבערלעבונגען. דו פֿאַרשטייסט?
אויך פֿון הירשלען באַקומען אַ בריוו. איך שיק דיר אים צו
און נאׇכן איבערלייענען שיק עס אׇפּ. יאׇ אויב דו קענסט
און האׇסט חשק כאַפּ זיך אַראׇפּ אין תל-אביב

ווײַל איך וועל וואׇרשײַנלעך זײַן דינסטיק אׇדער מיטוואׇך.
איך וועל אויך אַרײַנשפּאַצירן צו ריווקען.
בײַ מיר? – אַ פּאׇר וואׇכן געאַרבעט.
אׇט איצטער וואַרט איך אויף אַרויספֿאׇרן דורך מײַן פּראׇטעקציאׇנער.
בײַ דער געלעגנהייט ווען איך וועל זײַן אין תל-אביב וועל איך
וועגן דעם אַ פּורקע טאׇן.
יאׇ וואׇס האׇסטו מיר געפֿרעגט? – איך געדענק שוין באַלד ניט.
? האב ווערסעסן געזען. ער זיצט און קוועטשט. אויב עס וועט
זײַן שטיל האׇפֿט ער נאׇכן זומער באַקומען אַ פּרס אַ נייַעם.
און פֿון זײַן בחורטע האׇט ער באַקומען אַ בריוו אַז אַלע
פּאַפּירן זײַנען אין אׇרדענונג און זי האׇט זיי באַקומען.
וואַרט ער אויף די מלכה. ואחרון וועלפֿקע אויב דו
האׇסט קיין אַרבעט ניט, טאׇ קום צו אונדז צופֿאׇרן.
אפֿשר איז בּײַ אונדז זיכערער, כאׇטש אויך בּײַ אונדז
זייַנען קיין קעלערס ניטאׇ. לאׇז גערוסן די שטוביקע.
וואׇס הערט זיך בײַ דיר מיט אַרבעט? און וועגן פֿאׇרן?
ווי און ווו פֿאַרברענגסטו? וואׇס שרײַבט מען דיר
פון ווילנע. האׇסטו נייעס – שרײַב!
פֿארבלײַב געזונט
שלמה

Comments