התאריך משוער: כנראה מיד אחרי ההגעה לקפריסין, באפריל או במאי 1947.

תרגום - נאוה ליטבק, בערכיתי

לריבה’לה האהובה והיקרה שלי.

וולוול וישראליק שיהיו בריאים. בראשית המכתב אני יכולה לכתוב לכם שאנחנו תודה לאל בריאים. שנשמע מכם בקרוב טובות.

ריבה’לה האהובה והיקרה שלי, הראש שלי אינו מבין מה הסיבה שאין לנו כל תשובה מכם. שלחנו מכתבים לא אחדים ולא קיבלנו תשובה מכם. אני פשוט לא יודעת מה לחשוב. אנחנו יושבים במקום אחד. בינתיים איננו עושים דבר. אנחנו מחכים לקבל תשובה בקשר למחנה אחר. ליסוע אליו לתקופה שגזרו עלינו בקפריסין. אך מה אנחנו יכולים לעשות לעת עתה. עברנו כבר הרבה דברים. הבה נקווה שגם את זה נעבור, כל מי שזהו גורלו. ריבה’לה האהובה והיקרה שלי, אני יכולה לומר לך שלו היה לי הרכוש שהיה לנו קודם לכם, זאת אומרת כל מי שהיה לנו ממשפחתנו, לא היה אכפת לי לשבת פה. אך לצערי נשארתי היחידה מהמשפחה שבה נולדתי. מבחינתי כל זה יותר מדי עכשיו. הדבר נראה לי מפליא. אינני יכולה לתאר לעצמי שעברתי את כל זה לבד ועכשיו אני צריכה [לעבור את זה] מחדש. זה כבר יותר מדי בשבילי כך שכשאני שוכבת לישון אני לא יכולה להירדם. אני [מתחילה] להרהר על הכל לאיזה מצב הגענו.

מספיק לכתוב להיום.

ריבה’לה האהובה והיקרה שלי. אני מבקשת שתכתבי לחנה’לה בשבילנו ולרוזה-זלדה באפריקה כיוון שאיננו יכולות לכתוב. אין לנו עדיין בולים. אנחנו צריכים בולים של פיאסטר. בינתיים לא ניתן להשיגם במחנה בו אנחנו נמצאות. עם הזמן נקבל כאשר נסתדר. צריכים סבלנות. מה אפשר לעשות. זהו גורלנו.

חוץ מזה אין לי מה לכתוב לך. אנחנו מתמודדות עם זה[?] ואנחנו מחכות שיהיה יותר טוב. תהיו כולכם בריאים, שלכל הפחות נשמע מרחוק דברים טובים האחת מהשנייה. ממני הקרובה הטובה שלך שרה אייזנפלד.

אני מנשקת אתכם ושולחת לכם דרישת שלום אלפי פעמים מרחוק.

נשיקות מיוחדות לישראליק.

מרים הנאמנה לך.

מקור

I

צו מײַן ליבע און טײַערע ריבהלע
וועלוול מיט ישראליקן זאׇלן געזונט זײַן. ערשטנס מײַן
שרײַבן קען איך אײַך שרײַבן אז מיר זײַנען אַ דאַנק ג’ געזונט
אין גיכן ? פֿון אײַך צו הערן גוטס. מײַן ליבע און טײַערע ריבהלע, וואׇס איז
די אורזאַכע, מײַן קאׇפּ באַנעמט נישט, וואׇס מיר האׇבן קיין ענטפֿער ניט פֿון אײַך.
מיר האׇבן געשיקט בריוו, נישט קיין געציילטע און קיין ענטפֿער האׇבן מיר נישט
פֿון אײַך. איך וייס פּשוט ניט ווי צו פֿאַרטראַכטן מיר זיצן אויף אַן אׇרט.
מיר טוען דערווײַל קיין זאַך נישט. מיר וואַרטן אויף אַן ענטפֿער
צו באַקומען וועגן אַ צווייטן לאַגער. איבערפֿאׇרן אויף די צײַט וואׇס
מיר זײַנען פֿאַרמישפּט געוואׇרן אויף ציפֿערן. נאׇר וואׇס זאׇלן טאׇן,
אַלץ ביז אַ צײַט. מיר האׇבן שוין אַ סך זאַכן איבערגעלעבט לאׇמיר
האׇפֿן אַז דאׇס וועלן מיר אויך איבערלעבן, וועמען וועט זײַן
באַשערט. מײַן ליבע און טײַערע ריבהלע איך קען דיר זאׇגן
ווען איך פֿאַרמאׇג אונדזעריקע פֿרייערדיקן פֿאַרמעגנס, דאׇס הייסט אַלעמען
וועמען מיר האׇבן געהאַט אין דער משפּחה, וואׇלט נאׇך נישט אויסגעמאַכט
דאׇ דעם זיצן, נאׇר צום באַדויערן איך בין געבליבן איינע פֿון מײַן
געבוירענע פֿאַמיליע. פֿאַר מיר איז דאׇס אַלעס איבעריק יעצט. מיר קומט
פֿאׇר די זאַך מיט אַ גרויסן וווּנדער. איך קען זיך ניט פֿאׇרשטעלן אײז
איך האׇב דאׇס אַלעס אליין איבערגעלעבט און יעצט דאַרף איך

II

אויף דאׇס נײַ. איז פֿאַר מיר שוין צופֿיל אַז איך לייג זיך שלאׇפֿן
שלאׇפט זיך נישט. מען איז אׇנצוטראַכטן וועגן אַלץ צו וואׇס פֿאַר אַ מדרגה
זײֿנען מיר געקומען. עס איז אויף הײַנט גענוג צו שרײַבן. מײַן ליבע
און טײַערע ריבהלע. איך וועל דיר בעטן אז דו זאׇלסט שרײַבן
חנהלען פֿון אונדזערט וועגן און אין אפֿריקע צו רויזע-זעלדן ווײַל
מיר קענען נישט שרײַבן. מיר האׇבן נאׇך נישט קיין בולים. מיר
דאַרפֿן האׇבן פּיאַסטערדיקע בולן, דערווײַל באַקומען מיר נישט צוקריגן
אין דעם לאַגער וווּ מיר זײַנען. מיט דער צײַט וועלן מיר באַקומען,
ווען מיר וועלן איינאׇרדענען זיך. מען דאַרף האׇבן געדולד. וואׇס זאׇל מען
מאַכן. אַזוי איז אונדזער גורל. אַזוי האׇב איך דיר נישט וואׇס צו שרײַבן. מיר לעבן
אַ גוטן טאׇג און מיר וואַרטן אויף בעסערס. זײַט אַלע געזונט, מיר זאׇלן
כאׇטש הערן איינער פֿון די צווייטע גוטעס פון דעם ווײַטן. פֿון מיר, דײַן
גוטע פֿריינט שרה אײַזנפֿעלד

איך קוש און גריס אײַך פֿון ווײַטן טויזנטער
מאׇל, באַזונדערע קושן פֿאַר ישראליקן.
אײַער געטרײַע מרים.

Comments