תאריך משוער, לפי ההתייחסות העתידית ל-1976-03-02.

תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

וולוול היקר!

קיבלתי את מכתבך באיחור כיוון שלא הייתי במוסקבה. הייתי בחופשה. ניצלתי אותה כדי לטפל קצת בעצמי. הייתי ביחד אם אשתי בסנטוריום בנלצ’יק. זה בצפון הקווקז. אין לי אפשרויות לעשות טיול מעניין כמו שלך, לכן אני מנצל את חופשתי ואני נוסע בדרך כלל לסנטוריום בקווקז, קרים או דרום אוקראינה. הסנטוריומים משפרים קצת את הבריאות, אלא שאנחנו לא נהיים צעירים יותר ובכלל חודש אחד בשנה למנוחה – זה מעט מדי. כשקראתי את מכתבך על הטיול שלך קינאתי בך מאד – במובן הטוב.

2

באשר למה שאתה כותב על היחסים הטובים בין ישראל לברה”מ בעתיד הקרוב, אני איני אופטימי כמוך. אני חושב שזה סיפור ארוך שיימשך עוד. ובהקשר זה גם הסבירות שנתראה בקרוב נמוכה. זה שמוטל הצליח זה יוצא דופן.

באשר לחיים שלי – אז כמו אצל כל הסבים הטובים, אני דואג לילדים ולנכדים ולילדים. נכד אחד נמצא עם בתי הבכורה בדאצ’ה מחוץ למוסקבה. הבת שלי עובדת חצי יום

3

ובעלה הרופא החל לעבוד יום כן, יום לא[??] ב”עזרה ראשונה”, כך הם מתמרנים כדי שיוכלו להשגיח על וולוול הקטן. הוא בן ½2. להשיג אומנת שאפשר לסמוך עליה קשה.

הבת השנייה שלחה את הבן שלה שאף הוא בן ½2 לפעוטון (מין גן) שנמצא במרחק 40 קילומטר ממוסקבה ואנחנו נוסעים לשם פעם בשבועיים כדי לבקרו. הבת הצעירה לא הצליחה עם הבעל. התברר שהוא בחור רע. כך שלכל אדם יש חבילת צרות משלו וקמצוץ נחת.

ב-2 במרץ 1976 ימלאו לי 60 שנה ותחל הפנסיה שלי.

4

אך אם בריאותי תאפשר, ככל הנראה אמשיך לעבוד, ראשית משום שאכן צריך כסף (כסף חסר תמיד) ושנית נדמה לי שאם אפסיק לעבוד אתנתק מהחיים. ממילא הזמן יגלה [את מה שיקרה בסוף].

נו, אני חושב שכבר ברברתי לך מספיק. אם אתה יכול ורוצה שלח לי צילום שלך – מתחשק לי להעיף עליך מבט.

אני מנשק אותך. שלך,

ויקטור

דרישת שלום חמה לרבקה, לילדיך ולכל מכרינו וחברינו.

ויקטור.

מקור

טײַערער וועלוול!
דײַן בריוו האׇב איך באקומען מיט אַ
פֿאַרשפּוטיקונג1, ווײַל איך בין ניט געווען
אין מאׇסקווע. איך בין געווען אין אורלויב,
און האׇב אים אויסגענוצט אויף א ביסל צו
ערהיילן2 זיך. איך בין געווען צוזאַמען
מיט מײַן פֿרוי אין אַ סאַנאַטאׇריע אין
נאַלטשיק. דאׇס איז אין צפֿונדיקן
קאַווקאַז. אויף אַזאַ אינטערעסאַנטע
רײַזע ווי דײַנע האׇב איך קיין מעגליכקייטן3
ניט. דערפֿאַר נוץ איך אויס מײַן אורלויב
און פֿאׇר געויינליך4 אַרויס אין סאַנאַטאׇריען
אין קאַווקאַז, קרים אׇדער דאׇרום5
אוקראַינע. די סאַנאַטאׇריעס פֿאַרשטאַרקן
אַ ביסל דאׇס געזונט נאׇר ייִנגער ווערט
מען ניט. ביכלל איז איין חודש אין
יאׇר אויף אׇפּרוען – ווייניק.
ווען איך האׇב געלייענט דײַן בריוו וועגן
דײַן רײַזע בין איך דיר שטאַרק מעקאַנע6
געווען - אין גוטן זין.

2

וואׇס שײַך דאׇס וואׇס דו שרײַבסט וועגן
גוטע באַציונגען צווישן ישראל און
דעם ראַטנפֿאַרבאַנד אין דער נאׇענטענ?
צוקונפֿט, בין איך ניט אַזוי אׇפּטי-
מיסטיש געשטימט ווי דו. איך מיין
אַז דאׇס איז נאׇך אַ גאׇר גאׇר לאַנגע
געשיכטע. און אין צוזאַמענהאַנג מיט
דעם איז אויך ווייניק וואַרשײַנלעכקייט
אויף דעם אַז מיר זאׇלן זיך אין גיכן טרעפֿן.
דאׇס וואׇס עס איז געלונגען מאׇטלען
איז אַ זעלטנהײַט.
וואׇס שײַך מײַן לעבן – איז אַזוי ווי
בײַ אַלע לײַטישע זיידעס לעבט מען
מיט די אינטערעסן פֿון די קינדער
און אייניקלעך. איין אייניקל איז מיט
מײַן עלטערער טאׇכטער אויף אַ דאַטשע
אונטער מאׇסקווע. די טאׇכטער אַרבעט
אַ האַלבן אַרבעטסט7-טאׇג. און איר

3

מאַן אַ דאׇקטאׇר האׇט אׇנגעהויבן אַרבעטן
איבער אַ טאׇג אין דער “גיכער-הילף:
אַזוי דרייען זיי זיך, קידיי8 זיי זאׇלן קענען
אַכטונג געבן אויפֿן קליינעם וועלוולען.
אים איז ½2 יאׇר. קריגן אַ מענטשן
(אַ ניאַניע) אַ באַגלויבטע איז זייער
שווער. די צווייטע טאׇכטער האׇט
אׇפּגעשיקט איר זון אויך ½2 יאׇר,
מיט יאַסלעס (אַזאַ מין קינדערגאׇרטן), 40 קילאׇמעטער
פּון מאׇסקווע. און מיר פֿאׇרן
אהין איין מאׇל אין צוויי וואׇכן
אים געוווּר9 ווערן. דער ייִנגערער טאׇכטער
איז ניט געלונגען מיטן מאַן.
ער האׇט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ שלעכטן
כעוורעמאַן. אַזוי אַז יעדער מענטש האׇט
זיך זײַן פּעקל צאׇרעס10 און זײַן
קליין הויפֿן נאַכעס11.
דעם 2-טן מערץ 1976 ווערט מיר
60 יאׇר און עס הויבט זיך אׇן מײַן

4

פּענסיע. נאׇר אויב דאׇס געזונט וועט
ערלויבן12, וועל איך וואַרשײַנליך13 בלײַבן
אַרבעטן, ערשטנס ווײַל מען דאַרף
טאַקע האׇבן געלט (געלט פֿעלט שטענדיק)
און צווײטנס דאַכט זיך מיר אַז
אויב אויפֿהערן אַרבעטן, שליס איך זיך
אׇפּ פֿון לעבן. יעדנפֿאַלס, די צײַט
וועט ווײַזן. נו איך מיין אַז איך
האׇב דיר שוין גענוג אׇנגעפּלאַפּלט
אויב דו קענסט און ווילסט שיק מיר
דײַן פֿאׇטאׇ - עס ווילט זיך אַ קוק
טאׇן אויף דיר.
איך קוש דיר דײַן
וויקטאׇר

אַ הערצליכן גרוס רבקהן
דײַנע קינדער און אונזערע אַלע
בעקאַנטע און פֿרײַנט.
וויקטאׇר.

Comments