ויצקה כותב ממוסקבה
מן הכתוב כאן מתברר שוויצקה הוא חבר לכיתה של סבא זאב. כמה חבל שהוא לא פירט כאן על חייו בברית המועצות וכיצד הוא עבר את המלחמה? מעניין מה הוא ביקש מזאב, כנראה לא נדע לעולם.
לפי ויקטוריה שיפריס, בסביבות סלאביות ויצקה זה כינוי רווח לוויקטור (פחות לוויקטוריה, אגב), צ - הוא הצליל המתקבל כשאחרי [T] יש תנועות מסוימות והעיצור י [ I, E, Ya Yu, Yo, Ye]. בעצם ויטה (שהוא כשלעצמו קיצור של ויקטוריה בד”כ) בהקטנה גם יכול להיות וויצקע. לכן ייתכן מאוד שוויצקה הכותב כאן הוא ויקטור שוסטר.
תרגום
וולוול היקר!
כשקראתי שוב את מכתבך הגעתי למסקנה שחווינו רגעים דומים. כשאתה מעיף פתאום מבט לאחור ואתה רואה במידה מסוימת של כאב שאנו עושים הערכה מחדש של הערכים שבנעורינו גרסנו שאין לפגוע בהם (לבושתי הרבה כבר חסרות לי מילים ביידיש ולכן יתכן שאני מתבטא בצורה כלל לא מובנת) [אתה נוכח ש]התבגרנו ואולי אפילו הזדקנו. כבר איננו מחכים לקלף האס המנצח, אלא שעדיין לא צריך לזרוק את הקלפים הישנים. כל עוד חיים – חיים. נעשינו מחושבים יותר, מסחריים יותר. שקענו בדאגות יומיומיות, במאבק יומיומי לשפר את קיומנו החומרי, אם לא למען עצמנו, למען ילדינו. כי אין עכשיו דבר יקר יותר מהילדים (אולי רק הנכדים) נו, מספיק להתפלסף. זה גם סימן של זקנה.
באשר למכרים והקרובים הווילנאים (דומני שאין בנמצא אנשים טובים יותר מהווילנאים) עלי לומר לך שאיני מתראה כמעט עם אף אחד. אני יודע שבמוסקבה נמצאים (למען האמת, נמצאו) המורים שלנו לשעבר: צמח שפירא ושמעתי כי בליזניאַנסקי עשה הסבה מקצועית לרפואה. בליזניאַנסקי עבר טרגדיה גדולה. מחיים מלמד לא שמעתי. אפשר לנסות למצוא אותו. אך לשם כך צריך לדעת אתשם אביו [פטרונים], את שנת הלידה שלו ואת מקום הלידה שלו. את שני פרטי המידע האחרונים – פחות או יותר. ללא המידע הזה קשה לעשות משהו. כפי שסיפר לי מוטל, בישראל נמצאים גולומב, אלקה של יונה (אותו ראיתי לפני המלחמה בזדוׄלבוּנוׄב). תמסור להם ד”ש חמה. אם אתה יכול תברר את הכתובת של ציפורה זלמנסון מווילנה. זהו שם משפחתה בנעוריה. לפני המלחמה היא היתה בקיבוץ של השומר הצעיר בחדרה.
אני לא כל כך אופטימי כמוך ואיני מאמין שיהיה בקרוב שינוי ביחסים בין ישראל לברה”מ. בכל אופן לא עד כדי כך שזה יביא לשינוי ניכר בשביל אנשים כמוני. אתה צריך לדעת שמה שאני מבקש ממך אינו הכרחי. אם זה קשה אינך צריך. הדבר החשוב ביותר הוא שתכתוב בעצמך. אני מאד נהנה לקרוא את מכתביך וגם לכתוב לך.
מה אכתוב לך על עצמי? אם לכתוב מה קרה מאז אותו רגע שנפרדנו, אני צריך לכתוב, ככל הנראה ספר. תכתוב מה מעניין אותך ואוכל לענות לך בפרוטרוט (מה שאפשר לענות במכתב). אני כבר כתבתי לך שאני עובד כטכנאי אופטיקה. העבודה שלי מעניינת ואני מרוצה ממנה. הילדות שלי, שתי בנות, הן מהנדסות, האחת – גם היא עוסקת באופטיקה, והשנייה באלקטרוניקה. אשתי עוסקת בתחום הרפואה, אך כל זה לא אומר עדיין שאלה חיים קלים. החיים מלאים באבני נגף, בצרות, קטנות, וגדולות יותר. רגעים שמחים לגמרי נותנים לי נכדי. שניהם ילדים יקרים בני שנה וחצי (עם הפרש גילאים של 3 שבועות) האחד הולך לפעוטון (מין מוסד לילדים עד גיל שלוש) ולא קל להתנתק ממנו בכל פעם, כי אמא היא הדבר הטוב ביותר בשביל כל ילד, אך הבת הצעירה שלי חייבת להשלים 3 שנות עבודה לאחר סיום הלימודים במכללה. מן הסתם קשה לך להבין את החיים כאן, כך שמוטב שתכתוב מה מעניין אותך ולפי שעה אני אסיים.
אני מחכה בקוצר רוח למכתבך.
אני מחבק אותך ומנשק אותך
חברך וויצקה.
מקור
טייַערער וועלוועל!
איבערלייענדיק דייַן בריוו, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז מיר האׇבן
איבערגעלעבט ענלעכע מינוטן. ווען דו וואַרפסט פּלוצעם אַ בליק הינטער
זיך און דו זעסט מיט אַ געוויסער מאׇס ווייטיק, אַז עס איז פֿאׇרגעקומען אַן
איבערשאַצונג פֿון די ווערטן וועלכע מיר האׇבן אין דער יוגנט געהאַלטן פֿאַר
אומבערירלעך. (צו מײַן גרויסן שאַנד, פֿעלט מיר שוין ייִדישע ווערטער און
דערפֿאַר איז מעגלעך אַז איך דריק זיך אויס ניט אין גאַנצן פֿאַרשטענדלעך)
מיר זײַנען געוואׇרן עלטער און אפֿשר אַפֿילו אַלט. מיר וואַרטן שוין ניט
אויף קיין טויז (אס) קאׇזער (קלף מנצח), נאׇר אַוועקוואַרפֿן די קאׇרטן דאַרף מען נאׇך ניט.
ביז מען לעבט – לעבט מען. מיר זײַנען געוואׇרן מער אויסגערעכנט, מער
מערקאַנטיל. מיר זײַנען געוואׇרן אַרײַנגעצויגן אין טאׇג-טעגלעכע דאגות, אין
טאׇג-טעגלעכן קאַמף פֿאַר פֿאַרבעסערן אונדזער מאַטעריאַלע עקזיסטענץ.
אויב ניט פֿאַר זיך, איז פֿאַר די קינדער. ווײַל טײַערער פֿון די קינדער
איז איצט פֿאַר אונז קיין זאַך ניטאׇ. (אפשר מער ניט – אייניקלעך)
נו גענוג צו פֿילאׇסאׇפֿירן. דאׇס איז אויך אַ סימן פֿון אַלטקייט.
וואׇס שײך ווילנער באַקאַנטע און פֿרײַנט, (קיין בעסערע מענטשן ווי
ווילנער זײַנען דאַכט זיך ניטאׇ) דאַרף איך דיר זאׇגן אַז איך זע זיך
כמעט מיט קײנעם ניט. איך ווייס אַז אין מאׇסקווע געפֿונען זיך
(אייגנטלעך האׇבן זיך געפֿונען) אונדזערע געוועזענע לערער: צמח שאַפּיראׇ און בליזניאַנסקי.
איך געהערט האׇט זיך איבערקוואַליפֿיצירט אויף מעדיצין. בליזניאַנסקי
האׇט איבערגעלעבט אַ גרויסע טראַגעדיע.
פֿון חיים מלמדן האׇב איך ניט געהערט. מען קען פּרוּוון
אים אׇפּזוכן. נאׇר דאׇ מוז מען וויסן זײַן פֿאׇטערס נאׇמען, (אׇטטשעטוואׇ)
זײַן געבורט יאׇר און דאׇס אׇרט וווּ ער איז געבוירן. די לעצטע
צוויי ידיעות – מער-ווייניקער. אׇן די געגעבענע ידיעות איז דאׇ
שווער וואׇס צו טאׇן.
ווי מיר האׇט דערציילט מאׇטל געפֿונען זיך אין ישראל גאׇלאׇמב,
עלקע יונהס (אים האׇב איך געזען פֿאַר דער מלחמה אין
זדאׇלבונאׇוו). גיב זיי איבער אַ הערצלעכן גרוס.
אויב דו קענסט דערוויס זיך דעם אַדרעס פֿון ציפּורה זאַלמאַנסאׇן
פון ווילנע. דאׇס איז איר מיידלשע פֿאַמיליע. פֿאַר דער מלחמה
איז זי געווען אין אַ קיבוץ פֿון השומר-הצעיר אין חדרה.
איך בין ניט אַזוי אׇפּטימיסטיש ווי דו און גלייב ניט אין אַ
גיכער ענדערונג פֿון די באַציונגען צווישן ישראל און ראַטן-פֿאַרבאַנד.
יעדנפֿאַלס אויף אַזוי פֿיל אַז עס זאׇל ברענגען אַ שפּירבאַרע
ענדערונג פֿאַר אַזעלכע ווי מיר.
דו דאַרפֿסט וויסן אַז דאׇס וואׇס איך בעט דיר איז ניט אומבאַ-
דינגט. אויב עס איז שווער – דאַרף מען ניט. די הויפּט זאַך
דו זאׇלסט אַליין שרײַבן. איך האׇב אַ סך פֿאַרגעניגן פֿון לייענען דײַן
בריוו און אויך פֿון שרײַבן צו דיר.
וואׇס זאׇל איך דיר שרײַבן פֿון זיך? אויב שרײַבן פון דעם מאׇמענט
ווען מיר האׇבן זיך צעשיידט, דאַרף מען אׇנשרײַבן אַ וואַרשיינלעך ניט
איין בוך. שרײַב אׇן וואׇס עס אינטערעסירט דיר און איך וועל
דיר מעגלעך אויספֿירלעך ענטפֿערן. (וואס מען קען ענטפֿערן אין
אַ בריוו)
איך האׇב דיר שוין געשריבן אַז איך ארבעט אַלס אַן אׇפּטיק-מעכאַניק.
די אַרבעט איז בײַ מיר אַן אינטערעסאַנטע און פֿון דעם אַרבעט בין איך
צעפֿרידן. מײַנע קינדער צוויי מיידלעך זײַנען אינזשענערן, איינע
איז אויך פֿאַבונדן מיט אׇפּטיק און די צווייטע מיט עלעקטראׇניק.
מײַן פֿרוי איז אַ פֿעלדשער. נאׇר דאׇס אַלץ הייסט נאׇך ניט אַז עס
איז אַ גרינג לעבן. דער לעבן איז פֿול מיט שטיינער אין וועג. מיט
דאגות צרות, קלענערע און גרעסערע. פֿולקאׇם פֿריידיקע מינוטן
שענקען מיר מײַנע אייניקלעך. ביידע טײַערע ייִנגלעך זײַנען אַלט
צו אׇנדערהאַלבן יאׇר (מיט אַן אונטערשייד אין 3 וואׇכן)
איינער גייט אין יאסלעס (אַזאַ קינדער-אַנטשטאַלט ביז 3 יאׇר) און עס
איז ניט לײַכט יעדן מאׇל אים אׇפּרײַסן פֿון זיך, ווײַל פֿאַר יעדן
קינד איז דאׇס בעסטע די מאַמע נאׇר מײַן ייִנגערע אַרבעט אׇפּ
3 יאׇר נאׇכן ענדיקן די הויך-שול. דיר איז מסתּמא שווער
צו פֿאַרשטיין דעם לעבן דאׇ. אַזוי אַז שרײַב בעסער אׇן, וואׇס
דיר אינטערעסירט, און איך וועל דערווײַל פֿאַרענדיקן. איך וואַרט
מיט אומגעדולד אויף דײַן בריוו.
איך נעם דיר אַרום און קוש דיר
דײַן פֿרײַנט וויצקע.
Comments