תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

ל.א. 22/6/82

שלום רב, חברים יקרים!

עכשיו אנחנו רוצים לשמוע מכם יותר מתמיד שמשפחתכם וחנה’לה בסדר גמור ואינן נמצאות בסכנה ישירה. מתי כבר יגיע הזמן שנפסיק לדאוג, ולחיות תמיד באי וודאות? אנחנו מקווים שכאשר מכתבנו יגיע אליכם כבר יהיה שקט ולא נצטרך יותר להשתמש באמצעים כאלה כדי להגן על קיומנו.

אנחנו צריכים להיות חזקים מברזל כדי לצפות בדיווחים מהטלוויזיה ובדיווחי עיתונות של כתבים שנקנו בנפט ומתאמצים להציג את המנהיגים הישראלים כאכזרים, כובשים צמאי דם שזורעים הרס ומוות ונלחמים למען “מרחב מחיה”, התפשטות, והגמוניה עולמית. כמובן, שהמנהיגים הישראלים לא יושבים פה בחיבוק ידיים. משיבים בתעמולת נגד והסברה, אבל מה אפשר לצפות מהעולם הלא יהודי.

רבקה, אנחנו יודעים מיעקב שעברת תקופה קשה, מבחינה בריאותית. אנחנו רוצים שתהיי “ישרה”. תהיי בריאה, שנוכל להתראות במהרה בבריאות טובה, בשלום ובנחת. אנחנו מקווים שאם מצבה הבריאותי של רחל ירשה לה, נבוא קצת לישראל. אנחנו יודעים שוולוול היה לבדו בחתונה של יוסי. יוסי כתב לנו מעט, כי דליה חלתה מיד לאחר החופה בחצבת. עכשיו היא בסדר. לכתוב – היא כותבת לנו יותר ממנו. היא בחורה טובה, אחת משלנו. שיהיו בריאים.


אני פנסיונר ואני כלל וכלל לא מתגעגע לעבודה. המשאלה היחידה שלנו עכשיו היא בריאות ושלום. שוב – כתבי כמה מילים כי אנחנו רוצים לשמוע מכם. דרישות שלום חמות לכולם

שלכם רחל ומוניה.

מקור

ל.א. 6.22.82
ליבע פֿרײַנט, שלום רב!
מיר ווילן הערן פֿון אײַך יעצט נאׇך מער ווי שטענדיק.
אַז אַלע אין אײַער משפּחה און אין חנהלנ’ס – זײַנען בסדר גמור,
און זײַנען נישט אין קײן דירעקטער געפֿאַר. ווען וועט שוין קומען די צײַט,
ווען מיר וועלן זיך אויפֿהערן צו באַומרואיקן און שטענדיק איבערטראַכטן?
מיר האׇפֿן, אַז ווען אונזער בריוו וועט דערגיין צו אײַך – וועט
שוין זײַן רואיק , און מען וועט נישט מוזן זיך מער באַנוצן מיט אַזוינע
מיטלען, כּדי צו באַשיצן אונזער עקזיסטענץ.
מען דאַרף זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן צוצוקוקן זיך צו
די ראַפּאׇרטן פֿון די טעלעוויזיע – און צײַטונגס-ראַפּאׇרטן
פֿון די אויל-באַצאׇלטע רעפּאׇרטערן, וועלכע באַמיען זיך פֿאׇרצושטעלן
די ישראלדיקע פֿירער אַלס גרויזאַמע, בלוט-דורשטיקע
עראׇבערערס, וואׇס זײען טויט און פֿאַרניכטונג און קאַמף פֿאַר
זייער “לעבנס-רוים”, עקספּאַנזיע און וועלט-העגמאׇניע. פֿאַרשטייט
זיך, אַז די ייִדישע פֿירער דאׇ זיצן נישט מיט קיין פֿאַרלייגטע הענט.
מען גיט קאׇנטראַ-פּראׇפּאׇגאַנדע און אויפֿלקערונגען, אׇבער וואׇס
קען מען פֿון אַ גוייִשער וועלט [ד]ערוואַרטן?
רבקה, מיר ווייסן פֿון יעקבן אַז ביסט דורכגעגאַנגען
אַ שווערן פּעריאׇד, מיט דײַן געזונט. מיר ווילן זאׇלסט
זיך האַלטן “אׇנשטענדיק”. זײ געזונט, מיר זאׇלן זיך אַלע
אינגיכן קאׇנען זען געזונטערהייט , אין שלום און אין נחת.
מיר האׇפֿן, אַז אויב רחלס געזונט-צושטאַנד וועט איר
[ד]ערלויבן, וועלן מיר קומען אַ ביסל קיין ישראל.
מיר ווייסן, אז וועלוול איז אַליין געווען בײַ יוסין אויף
חתונה. יוסי האׇט אונז ווייניק געשריבן, ווײַל דליה איז גלייַך
נאׇך דער חופּה קראַנק געוואׇרן אויף חצבת. יעצט
איז זי בסדר. שרײַבן – שרײַבט זי צו אונז מער ווי ער.
זי איז אַ גוטע מויד. אַן אונזעריקע. זאׇלן זיי זײַן געזונט.

איך בין אַ פּענסיאׇנער און איך בענק אַבסאׇליוט נישט נאׇך
דער עבודה. אונזער איינציקער פֿאַרלאַנג יעצט איז נאׇר
געזונט און שלום.
נאׇכאַמאׇל – שרײַבט אׇן אַ פּאׇר ווערטער, ווײַל מיר ווילן הערן פֿון
אײַך. האַרציקע גערוסן פֿאַר אַלעמען
אײַער רחל און מאׇניע.

Comments