תאריך מקורב

תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

וולוול היקר!

ההתכתבות שלנו כפי שנראה התקבעה על פרופורציה של 1:2. אני שולח לך 2 מכתבים ומקבל ממך אחד. אגב, מעניין אותי מאד לדעת כמה מכתבים קיבלת ממני.

ברור שאתה יכול להציג את השאלה: מה אנחנו מפיקים ממכתבים קצרים? נדמה לי שאם הם מעוררים זיכרונות מנעורינו ואנחנו אולי נהיִים לזמן מה קצת יותר צעירים במובן הנפשי – אז זו סיבה מספיקה לכתוב. ברור שאני לא מדבר על משאלות הנעורים הכלל אנושיות שלנו.

בכל מה שקשור לחיינו הפרטיים, קשה לתאר אותם במכתבים. היינו צריכים לדבר בנוסף לכך, אך זה לצערנו, בלתי אפשרי בינתיים. הייתי רוצה לראות איך אתה נראה, איך נראית רבקה. אם לא קשה לך, שלח לי תמונה שלכם. את כל תשומת הלב שלנו וחלק גדול מזמננו החופשי מתחילים לתפוס הנכדים שלנו (שיהיו בריאים). ילדים קטנים צריכים תמיד את אמא לידם, אך ההורים עובדים ואף פעוטון אינו יכול להחליף הורים.

ב-2 במרץ 1976 ימלאו לי 60 שנה ואני הופך להיות גימלאי. זה לא יוצא לי מהראש, כי למרות הכל אני אינני מרגיש, תודה לאל, כמו גימלאי ואני אמשיך לעבוד ככל הנראה. ראשית, צריך, למען האמת, כסף, ושנית לא מתחשק להסתגר בין 4 הקירות של המשפחה. כבר כתבתי לך מכתב מפורט פחות או יותר, אך אינני יודע אם קבלת אותו.

אני מנשק אותך. שלך ויקטור.

דרישת שלום לכל בני משפחתך ולכל מכרינו המשותפים.

ויקטור.

מקור

טייַערער וועלוול!
אונדזער קאׇרספּאׇנדענץ האׇט זיך ווי עס ווײַזט
אויס אײַנגעשאעלט אין דער פּראׇפּאׇרץ 1:2.
איך שיק דיר 2 בריוו און באַקום פֿון דיר איינעם.
אגב איז מיר זייער אינטערעסאַנט צו וויסן וויפֿל בריוו
פֿון מיר האׇסט דו באַקומען.
פֿאַרשטייט זיך, קענסט שטעלן די פֿראַגע! וואׇס האׇבן
מיר פֿון די קורצע בריוולעך? מיר דאַכט זיך אַז
אויב זיי רופֿן אַרויס זכרונות פון אונדזער יוגנט,
און מיר ווערן אפֿשר אויף אַ ווײַל אַ ביסל ייִנגער
אין מאׇראַלישן זין, - דאַרף מען שוין שרײַבן. איך רייד
פֿאַרשטייט זיך ניט פון אונדזערע אַלגעמיין-מענטשלעכע
יוגנט-שטרעבונגען.
וואׇס שייך אונדזער פּערזענלעכן לעבן איז זיך זייער
שווער פֿאׇרשטעלן אים אויפֿן סמך פון בריוו.
דערצו וואׇלט מען געדאַרפֿט זיך דורכריידן.
נאׇר דאׇס איז צום באַדויערן דערווײַל אוממעגלעך.
עס וואׇלט זיך געוואׇלט אַ קוק טאׇן ווי דו זעסט
אויס, ווי זעט אויס רבקה. אויב עס איז ניט שווער
שיק מיר אײַער פֿאׇטאׇ.
די גאַנצע אויפֿמערקזאַמקײט און אַ גרויסן טייל פֿון
דער פֿרײַער צײט, הייבן אׇן צו נעמען די אייניקלעך
(זיי זאׇלן זײַן געזונט). קליינע קינדער דאַרפֿן האׇבן
שטענדיק לעבן זיך אַ מאַמען. נאׇר די עלטערן
אַרבעטן. און קיינע יאַסלעס קענען ניט פֿאַרבײַטן
קײן עלטערן.
דעם 2-טן מערץ 1976 ווערט
מיר 60 יאׇר. און איך ווער אַ פּענסיאׇנער.
דאׇס גייט מיר ניט אַרויס פון קאׇפּ, ווײַל ניט
קוקנדיק אויף אַלץ, פֿיל איך זיך, דאַנקען גאׇט,
ניט ווי קײן פּענסיאׇנער, און איך וועל וואׇרשײַנלעך
פֿאׇרזעצן אַרבעטן. ערשטנס דאַרף מען טאַקע
האׇבן געלט און צווייטנס ווילט זיך ניט פֿאַרשליסן
אין די פֿיר ווענט פֿון דער משפּחה.
איך האׇב דיר שוין געשריבן אַ מער ווייניקער
אויספֿירלעכן בריוו. נאׇר איך ווייס ניט צי דו
האׇסט אים באַקומען.
איך קוש דיר. דײַן וויקטאׇר.
אַ הערצלעכן גרוס אַלע דײַנע משפּחה-
מיטגלידער און אונדזערע אַלע אַלגעמיינע
באַקאַנטע.
וויקטאׇר.

Comments