תרגום: נאוה ליטבק, בעריכתי

ל.א. 3/2/80

יקירי, שלום רב וחג שמח!

נדמה לי שעברו הרבה שנים מאז שמענו זה מזה באופן ישיר. אנחנו לא בטוחים אם ענינו למכתב שלכם. על כל פנים, אנחנו הזדקנו בטרם עת, את הילדים והנכדים אין להכיר. שיגדלו ויתנו להורים הזקנים להנות מהם. אז מה נשמע אצלכם? רבקה, האם את עדיין מנהלת את הספרים של בעלך? לעולם לא אשכל שפעם פגשתי בך ברחוב עם ישראליקל בעגלת תינוקות ולרגליו היו מונחים ספרי חשבונות ואת אמרת אז בשלווה תמימה: אני מנהלת את הספרים של וולוול…

אצלנו הכל [postoremu???] אני עדיין ממשיך לעבוד קצת וביוני “אנטוש את הסנדלרות”. זה הולך ונהיה קשה יותר, אם כי העבודה שלי עכשיו קלה יותר מאשר היתה פעם, אך אני מרגיש שזה קשה לי יותר.

רחל מאד נזהרת [בבריאותה?] ולמרות שהפסיקה לעבוד כבר לפני 3-4 שנים היום קצר מדי בשבילה, אבל היא משגיחה על עצמה ומרגישה לא רע. דני ומשפחתו בסדר גמור. אנחנו מתראים לעיתים רחוקות. בראש השנה הם היו פה. אנחנו נוסעים אליהם בראש השנה [העברי?]. זו נסיעה של 7-8 שעות במכונית. אנחנו מדברים לעיתים קרובות בטלפון ויש לנו הרבה נחת גם אם זה בטלפון. יוסי כותב לעיתים רחוקות. הוא מטלפן מפעם לפעם. הוא פועל עכשיו להשיג גט. יש לו קשר עם עורך דין. הוא רוצה את הזכות לראות את בנו מעת לעת ורוצה שבנו ידע מיהו אביו. הוא עובד בבֶּדֶק ומרוויח טוב. הוא מרוצה מאד. לתל אביב הוא מגיע לעיתים מאד רחוקות. המקום היחיד אליו הוא מגיע הוא רמת הכובש.

כך הם, הצעירים. לא אכפת להם מכלום, כך שבשעת הצורך החברים שלנו בתל אביב מועילים להם מאד ואחר כך הם שוכחים אפילו לטלפן לשאול מה נשמע. זה דור אחר. אנחנו מקווים שלאחר שאסיים לעבוד נעשה איזשהו סידור לבוא לביקור בישראל. רחל מתגעגעת לבנה. אמא. וולוול, אתה הרי יודע מה זו אמא!

מה נשמע אצל חנה’לה? מה עם יעקב? איך הם מרגישים בתור סבא וסבתא? צבי כתב לנו שביילה לב נפטרה, אבל הוא לא אמר איך זה קרה לה. אתה יודע משהו?

החדשות על הנשיא שלנו מאד הסעירו אותנו. מנוול – פסקודניאק. לא בגלל שעשה זאת – דבר שהוא עצוב למדי – אלא בגלל שעשה זאת כמו גליציאנֶר, אך הוא ישלם על כך. הצרה היא שאין למי להצביע. לרפובליקני (רייגן) אי אפשר להצביע, כי הוא ריאקציונר נוראי. אנחנו מאד מדוכאים בשל הידיעות מישראל. הלב מתפוצץ כשרואים כיצד ישראל מקריבה את עצמה כל כך בשביל קצת שלום וסאדאת הגדול מסדר את כולם. מי יודע למה כל זה יוביל. אך בוא נאמין!

רחל שולחת לכם דרישת שלום חמה, ואנחנו מאחלים לכם חג שמח ומאושר. אל תחכו עד חנוכה כדי לענות. דרישת שלום לכל מי שאנחנו מכירים. האם מועדון שחקני הקלפים עדיין ממשיך להתקיים? תהיו כולכם בריאים ונשמע חדשות טובות יותר

שלכם מוניה.

מקור

ל.א. 3/2/80
מײַנע טײַערע, שלום רב וחג שמח!
דוכט זיך אַז עס זײַנען שוין אַוועק אַ סך יאׇרן, זינט מיר האׇבן דירעקט געהערט
איינע פֿון די אַנדערע. מיר זײַנען נישט זיכער, צי מיר האׇבן געהאַט געענטפֿערט
אויף אײַער בריוו. יעדנפֿאַלס, מיר זײַנען פֿאַר דער צײַט געוואׇרן פֿיל עלטער, די
קינדער און אייניקלעך - נישט צו דערקענען. זאׇלן זיי וואַקסן און לאׇזן די אַלטע
טאַטע-מאַמעס הנאה האׇבן פֿון זיך.
איז וואׇס זשע הערט זיך בײַ אײַך? רבקה, צי פֿירסטו נאׇך אַלץ דײַן
מאַנס ביכער? איך וועל קיין מאׇל נישט פֿאַרגעסן, ווען כ’האׇב דיר אַמאׇל
באַגעגנט אויפֿן גאַס מיט ישראליקן אין עגלת-תינוק, און בײַ אים צו
פֿוסנס זײַנען געליגן די בוכאַלטערסקע ביכער און האׇסט מיט אַ תמימותדיק
רואיקייט געזאׇגט! איך פֿיר וועלוולס ביכער…
בײַ אונז איז אַלץ postoremu. מען אַרבעט נאׇך צו אַ ביסל, און צום
יוני וועל איך “אַוועקלייגן די שוסטערײַ”. עס ווערט שווערער און שווערער.
כאׇטש מײַן אַרבעט איז יעצט לײַכטער, ווי ווען עס איז אמאׇל, אׇבער עס
פֿילט מיר צו שווערער און שווערער. רחל איז זייער פֿאׇרזיכטיק און
כאׇטש זי האׇט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן שוין מיט 3-4 יאׇר צוריק – איז
איר דער טאׇג צו קורץ. אׇבער זי פּאַסט אויף אויף זיך – און פֿילט זיך
נישט שלעכט. דאַני מיט זייַן משפּחה איז בסדר גמור. מיר זעען
זיך זעלטן. נײַ-יאׇר זײַנען זיי דאׇ געווען . מיר פֿאׇרן צו זיי ראש-השנה.
ס’איז 7-8 שעה מיטן קאַר. מיר רעדן אׇפֿט אויפֿן טעלעפֿאׇן און מיר
האׇבן פֿיל נחת כאׇטש אויף טעלעפֿאׇן. יוסי שרײַבט זעלטן. ער קלינגט
אׇן פֿון צײַט צו צײַט. ער אַרבעט יעצט וועגן אַ גט. ער איז פֿאַרבונדן
מיט אַן אַדוואׇקאט. ער וויל האׇבן דאׇס רעכט צו זען פֿון צײַט צו צײַט
זײַן זון און זײַן קינד זאׇל וויסן, ווער זײַן פֿאׇטער איז. ער אַרבעט אין
בדק און פֿאַרדינט גוט. ער איז זייער צופֿרידן. קיין תל-אביב
קומט ער זייער זעלטן. דער איינציקער פּלאַץ וווּ ער קומט איז – קיין רמת הכובש.
אׇט אזוי זענען זיי, די יונגע. זיי מאַכן זיך אַ צימעס, אַז אין א נויט-פאַל
זײנען אונזערע חברים אין תל-אביב גאַנץ גוט צונוץ געקומען. הײַנט – פֿאַרגעסט
מען אַפֿילו אׇנקלינגען, פֿרעגן וואס מען מאַכט. ס’איז אן אַנדער דור.
מיר האׇפן , אַז נאׇך דעם, ווי איך וועל ענדיקן אַרבעטן – וועלן מיר
מאַכן וועלכן עס איז סידור צו קומען אויף אַ לענגערן ביקור קיין
ישראל. רחל בענגט1 נאׇך איר זון. אַ מאַמע. וועלוול -
דו ווייסט דאׇך וואׇס אַ מאַמע איז!?!
וואׇס איז בײַ חנהלען? וואׇס איז מיט יעקבן? ווי פֿילן זיי זיך אַלס זיידע
און באׇבע?
צבי האׇט אונז2 געשריבן , אַז ביילע לעוו איז געשטאׇרבן, אׇבער ער
האׇט גאׇרנישט געזאׇגט, וואס האׇט מיט איר פּאַסירט. צי ווייסט איר עפּעס?
די נײַעס וועגן אונזער3 פּרעזידענט האׇט אונז זייער אויפֿגעבראַכט.
אַ מנווול – אַ פּאַסקודניאַק. נישט אַזוי ווײַל ער האט עס געטאׇן – וואׇס איז
גענוג טרויעריק - נאׇר ווײַל ער האׇט עס געטאׇן ווי א גאַליציאַנער. אׇבער ער וועט
צאׇלן אַ פּרײַז פֿאַר דעם. די צרה איז - וואׇס עס איז נישטאׇ פֿאַר וועמען
צו שטימען. פֿאַרן רעפּובליקאַנער (רעגאַן) – קאׇן מען נישט שטימען, ווײַל ער איז
אַ שרעקליכער4 רעאַקציאׇנער.
מיר זײַנען זייער דערדריקט מיט די ידיעות פֿון ישראל. דאׇס האַרץ פּלאַצט
צו זעענדיק, ווי ישראל איז זיך אַזוי מקריב פֿאַרן שטיקל שלום און דער
גרויסער סאַדאט פֿירט אַלעמען אין באׇד. ווער ווייס צו וואׇס דאׇס אַלץ וועט
דערפֿירן. נאׇר לאׇמיר האׇבן בטחון!
רחל גערוסט אייַך אַלעמען זייער האַרציק, און מיר ווינטשן אײַך אַ פֿריילעכן
און צופֿרידענעם יום-טוב. וואַרט נישט ביז חנוכה מיט אַן ענטפֿער.
געריסט אלע, וואׇס מיר קענען. צי האַלט זיך נאׇך דער קלוב פֿון דער
קאַרטעאׇזשניקעס?
זײַט אַלע געזונט און מיר זאׇלן הערן בעסערע נייַעס

אײַער מאׇניע.

Comments